בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת תרומה, ב' דראש חודש אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
א שאד אז דו לערנסט נישט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים, ווייל עס איז נישט מעגליך צו קענען אויסהאלטן די שוועריקייטן בזה העולם נאר אז מען האט די חיזוק פון רבי'ן, ווייל יעדער איינער גייט אריבער ביטערע שווערע נסיונות, און מען דארף אסאך חיזוק.
מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, בפרט אין די בריוו פון ספר הקדוש אשר בנחל - וועסטו נישט פאלן. אויך וועט דיך דאס דערמאנען פון תכלית, פון אריינכאפן יעדן טאג אביסל תורה און גיין דאווענען דריי מאל א טאג די דריי תפילות.
אמאל איז דאקטער לאנדא פון אומאן אריין צו רבי נתן אין שטוב און געהערט ווי רבי נתן רעדט פון תכלית, ער הערט זיך צו וואס רבי נתן רעדט, "אָדָם לְעָמָל יוּלָד" (איוב ה, ז), מענטשן מוטשען זיך פאר גארנישט, נאר תורה ותפילה איז תכלית, נאר דאס איז ווערד, נאר דאס בלייבט איבער פונעם מענטש. דער דר. לאנדא טראכט צו זיך: 'וואס ווייסט דען רבי נתן וואס מיינט גוט אז ער רעדט פון גוטס? ווייסט ער דען ווי גליקליך איך בין, אז היינט האב איך פארדינט אסאך געלט און געקויפט א טייערע צירונג פאר מיין ווייב, וואס האט דען רבי נתן אפילו אן אנונג וואס גוטס מיינט?' און רבי נתן זאגט ווייטער: "א מענטש קען פארדינען געלט און אפילו קויפן א טייערע צירונג פאר זיין ווייב, און ער קומט אהיים און געבט איר די מתנה, און זי איז נישט צופרידן, עס ווערט א גאנצע מחלוקה פון דעם, ער אנטלויפט פון שטוב און זוכט נאר ווי אזוי זיך צו הרג'ענען"; ווען דער דר. לאנדא האט דאס געהערט האט ער געטראכט: 'א בטלן דער רבי נתן, וואס רעדט ער? וואס ווייסט ער פון זיין לעבן צו זאגן...?'
דער דאקטאר לאנדא איז אהיים, ער האט געגעבן פאר זיין ווייב די מתנה וואס ער האט איר געקויפט און זי האט דאס נישט ליב געהאט. עס האט זיך אנגעהויבן א קריגעריי צווישן זיי, ביז ער איז ארויסגעלאפן פון שטוב. עס איז אים געווארן אזוי ביטער אז ער האט אנגעהויבן טראכטן פון זיך הרג'ענען. ער איז געלויפן צו רבי נתן און געזאגט: "איי ווי גוט האט איר צוגעטראפן; פינקט די ווערטער פון דעם שמועס האט ביי מיר פאסירט", און רבי נתן האט אים ווייטער מחזק געווען, ביז ער האט אים ארויסגעטריבן די שלעכטע מחשבות פון זיך הרג'ענען, והבן למעשה.
נעם א גמרא און לערן דעם בלאט גמרא, דאס איז תכלית; אנדערע זאכן איז קיין תכלית.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.