בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער... נרו יאיר.
יישר כח פארן העלפן די ישיבה מיטן צושטייער געבן פאר די רענט פון דעם חודש ... דאללער; דער אייבערשטער זאל דיר העלפן אז אין זכות פון די מצוה פון צדקה זאלסטו האבן הצלחה אין אלע ענינים.
איך האב דיר שוין געזאגט און איך שרייב דיר עס נאכאמאל: איך האלט און איין הערן פון אינגעלייט און בחורים אז זייער גאנצע לעבן נעמען פון זיין שבת ביי דיר און בית המדרש; אגאנצע וואך ווארטן זיי נאר צו קומען שבת שעפן חיות ביי דיר אין בית המדרש.
אוודאי וועט דער סמ"ך מ"ם דיר מחליש דעת זיין מיט אלע סארט בלבולים, דעריבער דארפסטו וויסן אז אזוי דארף דאס גיין; ווער עס איז מחזק אידישע קינדער דריידט זיך אים דער קאפ מיט אלע סארט מחשבות. ער טראכט שטענדיג צו זיך: 'מען דארף מיך יא אדער מען דארף מיך נישט?' וכו' וכו', די עצה פאר דעם – זאגט דער הייליגער רבי – איז זיך נישט צוטון מאכן דערפון נאר ווייטער אנגיין אין עבודת ה' מיט די בלבולים (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן עב).
דיינע ווערטער זאלן נאר באשטיין פון התחזקות אויפן "סדר דרך הלימוד", אויף "התבודדות" און אינעם ענין פון "שלום בית", דורכדעם וועסטו האבן גרויס הצלחה.
דער עראפלאן שאקלט זיך זייער שטארק, דעריבער איז מיין שריפט נישט אזוי מסודר און איך דארף מקצר זיין, איך וועל דיר נאך שרייבן ווען איך קום אהיים בשלום.
איך וועל דיר מזכיר זיין ביים רבינ'ס ציון.
...