בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - נישט קיין חילוק וואס מ'רעדט, דער עיקר ברענגען די קינדער צום אייבערשטן
חינוך הילדים, מלמדים, מוסדות, ראש ישיבה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ...


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בנוגע דיין שוויגער, דיין שווער, טאטע און מאמע; איך וועל דיר זאגן וואס איך וויל, איך וויל די קינדער ברענגען צום אייבערשטן, דאס איז ביי מיר דער עיקר; מיר אינטערעסירט גאר ווייניג וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט.


איך האב נעכטן געזאגט פאר די מלמדים (איך בין אנגעקומען נעכטן נאכט אין שטעטל, נאך מעריב האב איך געשמועסט מיט די מלמדים), אז מיר גייט נישט אן וואס די עלטערן שמועסן צווישן זיך פונעם ראש ישיבה, מען פרובירט אויסצופארשן און פארשטיין וואס איז דער ראש ישיבה; אין די צייט וואס די עלטערן רעדן צווישן זיך ראש ישיבה ארויף, ראש ישיבה אראפ, פארוואס דער ראש ישיבה רעדט אזוי, מאכט אזוי - ביז דערווייל געב מיר די קינדער, איך וועל לערנען מיט זיי אמונה, תפלה און דעם רבינ'ס שכל.


דאס זאלסטו טון; דו שרייבסט מיר אז דו ווילסט מיר העלפן, לייג אריין וואס מער אין די קינדער, לייג אריין אין זיי אמונה, מידות טובות און א ליבשאפט צו זיין א איד, און בעט דעם אייבערשטן עס זאל דיר נישט שטערן וואס מענטשן זאגן אויף דיין ראש ישיבה.