בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר אז דו נוצט אויס די צייט מיט לימוד התורה; יעצט ווען דו האסט נישט קיין ארבעט זיצטו אין שטוב און דו לערנסט אויפ'ן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), דער אייבערשטער וועט דיר העלפן דו וועסט זוכה זיין צו האבן פרנסה. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ממון, סימן צז): "מִי שֶׁאֵין לוֹ פַּרְנָסָה יַעֲסֹק בַּתּוֹרָה, וְאַחַר כָּךְ יִתְפַּלֵּל עַל פַּרְנָסָה, בְּוַדַּאי יִתְקַבֵּל תְּפִלָּתוֹ", ווער עס וויל פרנסה זאל לערנען תורה און נאכדעם זאל ער בעטן דעם אייבערשטן, וועט דער אייבערשטער זיכער צוהערן זיין געבעט.
אז דו וועסט עוסק זיין אין הפצה וועסטו זיכער האבן פרנסה בשפע; מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט גיין הפצה וועט שטענדיג האבן געלט אין טאש. בפרט אין ארץ ישראל, וואס דארט האסטו מיליאנען אידישע קינדער וואס מען האט זיי ליידער אוועק געריסן פון די אמונה און ווען מען איז זיי מזכה מיט די הייליגע ספרים און קונטרסים זענען זיי זיך מורא'דיג מחי'; זיי געבן זייער שיין צדקה, בפרט אחינו בני ישראל די ספרדי'שע אידן נעמען זייער שיין די קונטרסים.
בנוגע אויב דו זאלסט זיך משתתף זיין אין די בחירות. מען פארדרייט דיר א קאפ, דער גדול הייסט שטימען פאר דעם און די גדולים הייסן שטימען פאר דעם, דו ווילסט וויסן וואס צו טון; שטיי ווייט פון די גאנצע זאך און נעם נישט קיין חלק אין די בחירות, מיר שטימען נאר פאר'ן אייבערשטן, מיר נעמען נישט קיין חלק מיט די ערב רב וואס זענען מורד במלכות שמים.
שטארק זיך מיט'ן רבינ'ס עצות, בפרט די עצה פון התבודדות; דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס רופט זיך 'התבודדות', א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון; מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ, מען זאל דערציילן פאר'ן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער ברוחניות ובגשמיות, ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אלץ אראפ, און אז וויפיל מאל דו ווילסט שוין זיין גוט פאלסטו נאכאמאל צוריק אראפ.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.