בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תצוה, שובבי"ם, ט' אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש טברי'
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך וויל נישט ענק זאלן האבן א שייכות מיט פאליטיק, עס לוינט נישט צו האבן שייכות מיט די פארטייען וואס אלעס איז איין שטיק שקר, איין שטיק חנופה; עס לוינט נישט צו באקומען א שטח פאר א שול, מיר האבן דעם אייבערשטן, מיר וועלן בעטן דעם אייבערשטן און אזוי וועלן מיר האבן וואס מען דארף.
אז דו וועסט קומען אין אמעריקע באזוכן אונזער שטעטל - וועסטו זען גרויסע ריזיגע בנינים; תלמוד תורה'ס, מיידל שולע, שולן, בית הדפוס, מקוואות - אלעס אן קיין משכנתא און אן קיין חנופה, אן קיין פאליטיק, אן קיין עשירים; אלעס נאר פון תפילה.
געב איבער פאר אלע חברים תלמידי היכל הקודש, נישט צו האבן צוטון מיט די זאכן, מיר נעמען נישט קיין חלק אין די בחירות הטמאות, און אפילו די בחירות עירי' - איז אויך נישט כדאי צו גיין, אפילו מען זאגט צו שטחים פאר די קהילה.
זיי מחזק אנשי שלומינו; א גבאי איז א גרויסע אחריות, מען דארף זען אלע זאלן זיין פרייליך, אלע זאלן זיין שטארק; וואויל פאר די גבאים וואס טוען זייער פליכט בשלימות, זיי הייבן אויף אידישע קינדער און מאכן אלעמען פרייליך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.