בעזרת ה' יתברך - ליל שישי פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש, קרית ברסלב
בנוגע וכו'; נפטר ווערן איז נישט קיין שרעקעדיגע זאך, מלמדים מעגן דערציילן פון נפטר ווערן, (ביי די יונגערע קלאסן דארף מען נישט רעדן קיין סאך פון דעם), און אז א קינד ווערט דערשראקן פון נפטר ווערן - געבט מען אים צו פארשטיין אז ביי ערליכע אידן איז דאס נישט שרעקעדיג, ווייל אז מען לערנט, מען דאווענט, מען טוט מצוות און מעשים טובים - גייט מען אין גן עדן מיט די הייליגע צדיקים.
בנוגע אויסטיילן די געהאלט האבלוועגס; ביסט גערעכט, מען קען נישט אויסטיילן האלבוועגס, אדער פאר יעדן אדער פאר קיינעם. איך וועל רעדן אין אפיס מען זאל מאכן אלע אויף איין מאל, ווייל איך וויל יא דו זאלסט אויסטיילן די געהאלט פאר די מלמדים, אזוי קענסטו געבן גוטע וועטער, צושרייבן א גוט ווארט, און אויב מען דארף חיזוק פאר שמירת הזמנים - קענסטו דאס גרינגער בעטן וכו'.
מיר דארפן זיך זייער שטארקן, איך האלט פאר מיינע אויגן די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט מיטן הערש, דער הייליגער רבי האט דערציילט, א קעניג איז געגאנגען אין וואלד פאנגען חיות מיט זיינע מיניסטארן, דער קעניג האט אנגעהויבן נאכלויפן א הערש, ער האט נאר געוואלט כאפן דעם הערש. פלוצלונג האט אנגעהויבן גיין א שלאקס רעגן, די מענטשן וואס זענען מיטגעגאנגען מיטן קעניג האבן אנגעהויבן אהיימגיין, האט דער קעניג געזאגט: "איך מוז כאפן דעם הערש, אז ענק ווילן אהיימגיין גייט אהיים", און דער רבי האט אויסגעפירט: "איך מוז כאפן דעם הערש, ווער עס וויל - קען צוריקגיין".
אז איך קום אין שטעטל און איך נעם דעם סעווענטין כמספר 'טוב', און איך גיי ארויס ביי 'הונדערט און צוויי' כמנין 'צבי' - צו כאפן די הערש כמנין 'אמונה', און ווער עס וויל קען אהיים גיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.