בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - סיום ששה סדרי משנה, די צוויי הונדערטסטע מאל
אמונה, התחזקות, הפצה, מוסדות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר קרית ברסלב, ליבערטי


מזל טוב צו דיין סיום ששה סדרי משנה, דו האסט זוכה געווען דאס צו לערנען און מסיים זיין די צוויי הונדערט'סטע מאל; אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן וואס האט אונז געגעבן אזא זיסע געשמאקע 'דרך הלימוד', א וועג צו לערנען תורה (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); אפילו מען איז פאריאגט און פארפלאגט מיט א משפחה, מיט א ווייב און קינדער און מיט ברענגען פרנסה – זאל מען אויך קענען לערנען תורה יעדן טאג און אויסניצן די צייט.


ווי גליקליך זענען מיר אז מיר זענען זוכה צו לערנען די הייליגע תורה, מיר לערנען משניות זיך צו מתקן זיין די נשמה, מיר דארפן נישט ווארטן צו שטארבן, און א ספק ספיקא אויב א קינד וועט לערנען פאר די נשמה, מיר זענען זוכה יעצט בחיים חיותו צו לערנען יעדן טאג משניות.