בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ענדערש זיי א מלמד, אזוי וועסטו קענען אריינלייגן אין די קינדער די ריינע אמונה, דו וועסט זיי אויסלערנען די פינפטע אני מאמין, "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ לוֹ לְבַדּוֹ רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל", נאר צום אייבערשטן דארף מען זיך ווענדן בעת צרה, נישטא עפעס אנדערש צו טון; מען דארף בעטן דעם אייבערשטן, רעדן צו אים, "וְאֵין רָאוּי לְהִתְפַּלֵּל לְזוּלָתוֹ", נישט בעטן אנדערע.
מוהרא"ש דערציילט, ער האט געהאט א מלמד א ברסלב'ער חסיד, ער פלעגט אריינלייגן אין די קינדער זייער שטארקע אמונה. די חדר איז געווען אין א שול, און ווען א קינד האט עפעס געדארפט - פלעגט דער מלמד נעמען דעם קינד און אים שטעלן ביים ארון הקודש, ער האט געהייסן דעם קינד קישן די פרוכת, ער האט אים פארגעזאגט א תפילה און אים געהייסן נאכזאגן ווארט ביי ווארט; אזוי האט ער אריינגעברענגט אין די קינדער די זאך פון תפילה, אז ווען מען דארף עפעס - זאל מען צוגיין צום ארון הקודש, געבן א קיש דעם פרוכת און בעטן פונעם אייבערשטן וואס מען דארף.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.