בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - עס איז אן איסור גמור זיך פיינט צו האבן
התחזקות, עבודת השם, נקודות טובות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת, ב' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


הגם מיר האבן שוין גערעדט, דאך שפיר איך אז איך דארף דיר שרייבן נאך אביסל חיזוק אין דעם פרט.


טייערער ליבער ברודער דער אייבערשטער האט דיך זייער ליב, און יעדע מצוה, יעדע זאך וואס דו טוסט פאר עבודת השם - איז זייער זייער חשוב, און זיי נישט מקנא אנדערע, אפילו ביי עבודת השם טאר מען נישט מקנא זיין אנדערע כאילו זיי גייט עס און מיר גייט עס נישט, נאר איין זאך דארף מען מקנא זיין; דער ערליכן איד וואס מען פרובירט אים אויס, מען פרעגלט אים מיט יסורים און דאך בלייבט ער ביים אייבערשטן, דאך האט ער נישט קיין קשיות און תרעומות; נאר דאס דארף מען מקנא זיין, אבער דאס אז זיי האבן נישט געטון קיינמאל קיין שלעכטס און זיך אראפקלאפן אז איך האב יא געטון שלעכטס, און אזויפיל מאל פוגם געווען וכו' וכו' – דאס איז נישט גוט, דאס ברענגט יאוש רחמנא לצלן; טראכט 'אדרבה, איך האב אזויפיל פוגם געווען און דאך טו איך תשובה, און איך וועל נאכאמאל פרובירן, בין איך אויף א פיל העכערע דרגא', אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד:): "מקום שבעלי תשובה עומדין צדיקים גמורים אינם עומדין", די בעלי תשובה קומען אן זייער הויך.


טייערער ברודער, דערצייל פארן אייבערשטן אלע דיינע נפילות, עבירות וכו', דערצייל אים ווי אזוי אלעס האט זיך אנגעהויבן, און בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין, און נאכדעם דארפסטו מסיח דעת זיין פון די אלע זאכן און גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער האט מקבל געווען דיין תשובה און איז דיר מוחל במחילה גמורה.


אזוי זאלסטו טון יעדן טאג אינדערפרי, זאלסט איבערבעטן דעם אייבערשטן, אים דערציילן נאכאמאל אלעס, זיך מתוודה זיין מיט ווידוי דברים, ביז אלע עבירות וועלן ארויסגיין פון דיר.


טייערער ברודער, קלאפ זיך נישט אראפ. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנג): "אָט וִוי אִיר זֶעט מִיר; אִיךְ זָאל חַס וְשָׁלוֹם עוֹבֵר זַיין דִי גְרֶעסְטֶע עֲבֵרָה וָואלְט דָאס מִיר גָארְנִישְׁט אַרָאפּ גֶעוָוארְפְן, אִיךְ וָואלְט נָאךְ דֶעם גֶעוֶוען אַזוֹי אֵיין עֶרְלִיכֶער יוּד וִוי פְרִיעֶר, דֶערְנָאךְ וָואלְט אִיךְ תְּשׁוּבָה גִיטָאן", וואלט איך געטון א גרויסע עבירה וואלט מיר די עבירה נישט אראפגעווארפן, איך וואלט תשובה געטון און ווייטער געדינט דעם אייבערשטן; דער רבי האט דאס געזאגט פאר אונז, מיר זאלן וויסן ווי אזוי זיך צו דערהאלטן, ווי אזוי אנצוגיין ווען מען זעט ווי מען האלט און איין אראפפאלן; מיר זאלן תשובה טון און זיך נישט קלאפן, און חס ושלום זיך פיינט האבן.


טייערער ..., עס איז אן איסור גמור זיך פיינט צו האבן, און עס איז א ליגנט צו טראכטן 'דער אייבערשטער האט מיך נישט ליב, חס ושלום', די אלע מחשבות פיגול זענען נישט פון די סטרא דקדושה, עס איז פון די סטרא אחרא וואס האט פיינט דעם מענטש און וויל אים אויסרייסן פון ביידע וועלטן; ווייל דער אייבערשטער האט אונז ליב, ער האט ליב יעדן איד; און ווען א איד טוט תשובה, ער האט חרטה אויף זיינע נישט גוטע מעשים - איז דער אייבערשטער מקבל די תשובה און האט אויף אים רחמנות, און דאס ליבשאפט איז אין לשער.


לערן די מעשה פונעם חכם ותם (ספורי מעשיות, מעשה ט), ווי דער רבי לערנט אונז א וועג אין לעבן ווי מען קען לעבן א חיים טובים דורך נישט קוקן אויף אנדערע מענטשן, דאס איז מיין מעשה און דאס איז דיין מעשה, און גלייב באמונה שלימה אז די אנדערע וועם דו ביסט מקנא - קענען נישט מאכן א נחת רוח פארן אייבערשטן מיט זאכן וואס דער אייבערשטער האט פון דיר א נחת רוח, קלאפ זיך נישט אראפ, אזוי וועסטו קענען אויפלעבן דיינע קינדער; ווייל אז מען איז אליין ביי זיך א צעקלאפטער - ווי קען מען אויפבויען א שטוב... א צעקלאפטער - צעקלאפט אנדערע, און א פרייליכער – מאכט פרייליך אנדערע.


גלייב מיר, איך האב נאכנישט אנגעהויבן שרייבן, עס איז דא אזויפיל חיזוק אין רבינ'ס ספרים, אין די ספרים פון מוהרנ"ת, מוהרא"ש; חיזוק אויף דעם פרט פון זיך נישט קלאפן מיטן עבר, און זיך נישט קלאפן מיט קוקן אויף חברים ווי זיי זענען אזוי מצליח ברוחניות. מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים און טו די עצות – וועסטו זוכה זיין צוצוקומען צו שיינע זאכן.