בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
עס גייט אריבער א טאג נאך א טאג א וואך נאך א וואך, פרובירסט צו מאכן דא אפאר דאלער, דארט אפאר דאלער און בין כך גייען אריבער די יארן, און אז מען קוקט צוריק זעט מען אז עס איז גארנישט איבערגעבליבן פון אלע יארן נאר גוטע זאכן, לערנען און דאווענען.
א שאד דו הייבסט נישט אן לערנען די הייליגע תורה. דער רבי האט דאך א זיסע וועג פאר דיר, א וועג צו לערנען תורה אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, א וועג צו לערנען תורה אפילו מען האט נישט קיין חברותא, מען האט נישט קיין מסגרת, א וועג צו לערנען אפילו מען איז אויסגעשפילט, מען האט גארנישט - מען זאל זאגן די ווערטער.
קוק אריין אין שיחות הר"ן (סימן עו) די ווערטער פון רבי'ן: "אֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", מען דארף נישט ביים לערנען - נאר זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: 'גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה'", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.
נעכטן איז געווען א סיום אין ישיבה קטנה אין ירושלים, א תלמיד הישיבה, הבחור שלמה צבי פערל נרו יאיר - האט מסיים געווען די צווייטע מאל ש"ס. איך בין אזוי איבערגענומען פון דעם, דער מגיד שיעור רבי משה שמואל נרו יאיר מאכט א גוטע ארבעט מיט די בחורים, די בחורים האבן א שטארקע גליסטעניש צו די תורה און צום אייבערשטן, ער לייגט אריין אין זיי אסאך יראת שמים.
איך שרייב דיר דאס ווייל איך ווייס אז דו ווילסט אויך ענדיגן ש"ס, דו ווארסט נאר אויף חיזוק; יעדע מאל איך שרייב דיר - גייסטו צוריק צום גמרא, און נאך אפאר טעג ווארסטו שוין אויף נאך א שטופ.
איך שיק דיר א בילד פון די סיום.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.