בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא ב' (בהעלותך בא"י), ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האף צום אייבערשטן אז אלעס איז גוט ביי דיר, און אז דו דערהאלסט זיך.
עס איז כדאי אז די זומער וואכן זאלסטו זיין מיט די ישיבה אוועק פון שטאט. אפילו ביי אונז איז נאכנישט אזוי מסודר די גשמיות וכו', דאך לוינט צו קומען ארויס פון שטאט, עס איז א גוטע הכנה פאר די הייליגע טעג, עס איז א ריינע לופט, א הייליגע לופט. מיין זיידע קארלסוברגער רב זכרונו לברכה האט געזאגט אז אין די קאנטרי זאל מען זאגן ביי קדיש דרבנן: "די באתרא קדישא הדין", אזוי ווי מען זאגט אין ארץ ישראל, ווייל עס איז א הייליגע לופט, ריין פון עבירות.
איך ווייס אז עס איז נישט אזוי באקוועם, דיר איז מער באקוועם אין שטוב, פריוואט וכו', דאך לוינט עס, פאר איין ראי' אסורה ווייניגער לוינט אלעס.
איך בין מתפלל פאר דיין שידוך, איך האף צום אייבערשטן דו זאלסט שוין בקרוב א חתן ווערן.