בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בהעלותך, י"ד סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס טוט מיר זייער וויי אז אפאר קינדער ביי דיר אין תלמוד תורה האבן זיך גענומען אויף דיינע ביינער, מען טשעפעט דיך אז דו ביסט א ברסלב'ער און דו געהערסט צו היכל הקודש. מיינע קינדער טשעפעט מען אויך, נישט אין חדר; זיי לערנען אין אונזער חדר, אבער די שכנים טשעפען זיי, ווען זיי קומען אהיים פון גאס וואו די קינדער שפילן זיך, און זיי זאגן מען האט זיי געטשעפעט, זאג איך זיי שטענדיג אז עס האט א מעלה צו ווערן געטשעפעט, ווייל די קינדער וואס מען האט זיי נאך קיינמאל נישט וויי געטון, זיי ווייסן נישט ווי אזוי עס שפירט די ווייטאג ווען מען טשעפעט, ווען מען ווערט פארשעמט, אבער ענק וואס מען טשעפעט ענק, מען שפעט פון ענקער טאטע, עס טוט אייך גוט וויי און עס מאכט ענק וויינען - ענק וועלן קיינמאל נישט וויי טון א צווייטן קינד, א צווייטן מענטש.
... טייערער, הער א מעשה וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש, א מעשה פון הייליגן בעל שם טוב. אין שטאט פרימישלאן האט געוואוינט א צדיק מיטן נאמען רבי מענדעלע פרימישלאנער זכותו יגן עלינו, ער איז געווען א תלמיד פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. דארט אין שטאט האט אויך געוואוינט א שניידער וואס פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין און פארשעמען יעדן טאג אן אויפהער, אבער רבי מענדעלע האט מקבל געווען די בזיונות באהבה, ער האט דאס אנגענומען פאר כפרת עוונות.
איינמאל איז דער בעל שם טוב אנגעקומען קיין פרימישלאן, זיין תלמיד רבי מענדעלע האט צוגעשטעלט א שיינע סעודה לכבוד דעם בעל שם טוב, איידער די סעודה האט זיך אנגעהויבן האט רבי מענדעלע געבעטן פונעם שניידער: "יעצט איינמאל בעט איך דיר זאלסט מיך נישט פארשעמען פאר מיין רבי'ן, און אויב דו וועסט מיר דאס נישט צוליב טון, וועל איך מוזן צושפארן די טיר, און דיך נישט אריינלאזן".
דער שניידער האט זיך ארומגעדרייט און געזוכט א וועג אריין, ביז ער האט געטראפן איין קליין פענסטערל וואס איז געבליבן אפן, און ער האט אנגעהויבן אריינצושרייען מיט קולות אויף רבי מענדעלע, אלע מיני בזיונות, און רבי מענדעלע איז געווארן זייער פארשעמט דערפון.
דער בעל שם טוב האט געפרעגט וואס איז די געשרייען וואס מען שרייט, האט רבי מענדעלע דערציילט: "דאס איז דער שניידער פון שטאט, וואס פארשעמט מיך יעדן טאג. איך בין עס אייביג מקבל באהבה, אבער היינט האב איך אים געבעטן ער זאל מיך נישט פארשעמען פאר מיין רבי'ן, אבער ער האט דוקא יא געוואלט מיך פארשעמען".
האט דער בעל שם טוב געזאגט: "הלוואי וואלט איך געהאט אזא מענטש וואס זאל מיך פארשעמען יעדן טאג, אזוי ווי דו האסט זוכה געווען"; ווייל די גרויסקייט פון איינעם וואס ליידט בזיונות - קען מען גארנישט אפשאצן, דאס ברענגט דעם מענטש זאל ווערן זייער נאנט צום אייבערשטן און דאס לייטערט אים אויס פון אלע שלעכטס.
טייערער ..., דו זאלסט קיינמאל נישט קיינעם וויי טון, אלץ זאלסטו זיין פון די נרדפים, פון די וואס מען טשעפעט און נישט פון די רודפים, פון די וואס טשעפען אנדערע. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא קמא צג.): "אין לך נרדף בעופות כמו תורים ובני יונה, לפיכך הכשירם הכתוב לקרבן". פארוואס האט דער אייבערשטער געזאגט מען זאל אים ברענגען טויבעלעך פאר א קרבן? ווייל זיי זענען די איינציגסטע פייגלעך וואס מען טשעפעט זיי, דעריבער זענען זיי כשר פארן אייבערשטן, נאך זאגן זיי (ויקרא רבה כז, ה) אויפן פסוק (קהלת ג, טו): "וְהָאֱלֹהִים יְבַקֵּשׁ אֶת נִרְדָּף", דער אייבערשטער זוכט אויף די וואס מען טשעפעט, "אפילו צדיק רודף רשע", אפילו א צדיק טשעפעט א רשע וועט דער אייבערשטער זיך אננעמען פארן רשע.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.