בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - עס איז נישט גרינג צו פירן א מוסד
סקול, חינוך הילדים, התחזקות, מוסדות

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


מיר הערן ביז אמעריקע די גוטע נייעס וואס קומט אריין פון די נייע שולע בית פיגא אין ירושלים, מיר הערן זייער גוטע גרוסן, און אויך דערציילט מיר דער מנהל אז די ארבעט איז נישט גרינג.


עס דערמאנט מיר צוריק ווען מיר האבן געעפנט בית פיגא אין אמעריקע, או איז דאס געווען שווערע ארבעט; סיי מיט די קינדער און סיי מיט די עלטערן. אונזער מנהלת מרת ... תחי' האט אנגעהויבן מיט אפאר קינדער, די קינדער זענען געווען צאמגעשטעלט פון אלע יארגענג, עס איז נישט גרינג געווען די ארבעט מיט זיי, ועל כולם מיט די עלטערן. די עלטערן האבן נאר געהאט טענות, מען האט איר געביסן און געשטאכן; מיר האבן זיך זייער געשטארקט, ביז מיר זענען איבערגעקומען אלעס און מיר האלטן שוין ביי דריי בית פיגא שולעס אין אמעריקע.


איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן מיט אייער גאנצע כח, עס איז טאקע אין אנהויב שווער, אבער עס וועט נאר גרינגער ווערן.


איך שיק אייך א בריוו וואס איך האב געשריבן פאר אונזער מנהלת דריי חדשים נאכן עפענען בית פיגא, פון די חיזוק פון די בריוו וועט איר זען וואס איז אריבער אויף איר פון די קינדער און פון די עלטערן; דאס וועט פאר אייך זיין א שטארקע חיזוק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.


 


פאלגנד איז דער בריוו:


בעזהשי"ת


אשריך מרת ... תחי' עמו"ש, וואס איר האט זוכה געווען זיך מוסר נפש זיין אריינצוברענגען די ליכט פונעם הייליגן רבי'ן אין אונזערע קינדער, אשריך בעולם הזה וטוב לך לעולם הבא ולנצח נצחים.


ארבעטן ביים רבי'ן איז נישט קיין גרינגע זאך, ווייל מען זעט נאר איין טריט, און ווייטער טאפט מען א וואנט, אבער ווער עס איז זוכה - איז זוכה.


דער הייליגער תנא זאגט (אבות ה, יח): "כָּל הַמְזַכֶּה אֶת הָרַבִּים, אֵין חֵטְא בָּא עַל יָדוֹ"; ווי איז נאך דא אזא מזכה את הרבים ווי צו ארבעטן און פירן א סקול וואו מען איז מחנך הייליגע טייערע יונגע נשמות וואס ווייסן נאכנישט פון קיין שלעכטס, און מען פילט זיי אן מיט אמונה, התבודדות און צניעות.


ווען מען איז עוסק מיט מענטשן דארף מען געדענקען אז נישט אלע מענטשן זענען פרייליך און צופרידן, זוכן זיי וועם צו בלעמען און אריין זאגן. א קלוגער מענטש נעמט עס נישט צום הארצן, מען לאכט זיך אויס, בפרט איינער וואס האט צוטון מיט א רבים, ווי א "מנהלת" - טאר זיך נישט נעמען צום הארצן פון יעדע צעבראכענע מאמע וואס איז אויסגעמוטשעט און זוכט וועם צו בלעמען.


מען דארף זיך אויסלערנען שווייגן און שאקלען מיט'ן קאפ, און מען טוט ווייטער די הייליגע ארבעט (חוץ אויב זאגט יענער א גוטע זאך, דעמאלט דארף מען עס טאקע פאררעכטן).


בנוגע וכו'; איך וויל אייך מפייס זיין, איך האף צו באצאלן צייטליך יעדע וואך, איך בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן, נישט איינמאל, נישט צוויי מאל - אז איך זאל קענען באצאלן אלע איינגעשטעלטע.


ווער עס איז משמש דעם רבי'ן באצאלט אים דער רבי, דער הייליגער רבי זאגט (ספורי מעשיות, מעשה יג): "ביי וועם איך נעם געב איך", בפרט אויב איינער געבט אוועק זיין בלוט, מח, הארץ, מארעך - באקומט מען פון רבי'ן אזעלכע מתנות וואס מען קען זיך גארנישט פארשטעלן.


איר דארפט זיך זייער שטארקן און ווייטער אריינלייגן אין די מיידלעך אמונה, שמחה, צניעות און קדושה.


מרת ... מיר דארפן מיידלעך העלדן. וואס וועלן גארנישט דארפן, נאר וואס דער רבי זאגט. עס איז נאך קיינמאל נישט געווען א ברסלב'ע סקול. א סקול איז זייער וויכטיג, נאך וויכטיגער פון אלעס ווייל מען קען ארבעטן מיט אינגלעך, מיט בחורים און  אינגעלייט, אבער אז די ווייב איז פארביסן קעגן ברסלב - קען מען גארנישט טון, דעריבער אז מיר האבן געעפנט די בית פיגא סקול און איר געבט זיך אזוי אוועק, איז אין אנחנו יכולים להודות לך ... פשוט כמשמעו.


איך האב נישט געקענט טראכטן אז אין די דריי חדשים וואס די סקול שטייט זאל עס שטיין אזוי שיין, און איך זאג אייך מרת ... עס וועט נאך ווערן שענער און שענער, נאר איין זאך איז וויכטיג: שטארק! שטארק, מען דארף זיין שטארק און נישט טראכטן פון צוריק גיין.


מוהרא"ש האט מיר געזאגט (ווען איך האב אים געזאגט אז איך עפן א חדר): "איין זאך דארפסטו וויסן, אז מען הויבט אן קען מען נישט צוריק גיין".


ווען איך בין געווען א מלמד אין ... און מאמעס פלעגן כסדר זיך אפרעדן אז מען דארף גיין פריער און אהיימקומען שפעטער, און מען פלעגט קומען זאגן ראיות פון אנדערע מוסדות: "די מוסד גייט אהיים שפעטער", "אין די מוסד קומט מען פריער אין חדר" - האט דער מנהל געזאגט אז מיט די צייט וועט מען שיקן די קינדער מיט פאדזשאמעס אין חדר און זיי אהיים שיקן שפעט ביינאכט, און די מלמדים וועלן זיי אנטון פאדזשאמעס, אזוי וועלן די מאמעס הנאה האבן; ווייל ליידער זענען די מאמעס אזוי צעבראכן, מען פארגעסט וואס איז דער עיקר, מען איז ווייט פונעם אייבערשטן; אנשטאט שמועסן מיט די קינדער און הנאה האבן פון די בא'חן'טע קינדער וואס דער אייבערשטער האט געשאנקען - ווערט מען נערוועז פון די קינדער, און אזוי וואקסן די קינדער אויף.


מרת ... מען מאכט זיך נישט וויסנדיג... אויב איינער האט טענות, אדער נישט טענות, נאר עפעס זאגן (איר פארשטייט וואס איך מיין, ווען איינער קומט און זאגט און שטעכט: איך האב נישט קיין טענות, אבער... ) קען מען איר שיקן צו די הנהלה, אדער צו מיר.


איך פערזענליך האלט אז קינדער, בפרט עלטערע, דארפן נישט האבן קיין היים ארבעט, די היים ארבעט זאל זיין העלפן אין שטוב, העלפן די מאמע אינדערהיים. איך האף אז איר האלט אויך אזוי און איר טוט אזוי.


אז מען איז שטארק איז מען מצליח. מענטשן האבן ליב א שטארקע מענטש, וואס ווייסט וואס ער וויל.


קיינער טוט נישט קיין טובה פאר אונז מיט דעם וואס ער שיקט זיין טאכטער אדער קינד אין די מוסד, פארקערט!! איך טו אים א טובה אז איך שטעל אים צו א פלאץ וואו מען לייגט אריין אמונה, אמונת צדיקים, צניעות; אמת'דיגע צניעות, נישט אויסגעטראכטע דמיונות וכו' וכו', רעדן צום אייבערשטן, מעשיות פון תפילה וכו'.


איך האף אז מיינע שורות וועלן טון די ריכטיגע פעולה, דאס וועט אייך מחזק זיין און שטארקן.


עס איז מיר שווער צו רעדן, עס איז גרינגער צו שרייבן.


דער אייבערשטער זאל אייך ווייטער געבן כח און שטארקייט אנצוגיין אין אייער עבודות הקודש, אריינברענגען אין טויזנטער טויזנטער מיידלעך עצות פון משיח.