בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - עס איז נישט דא קיין געלט פאר הייצונג
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, צדקה, פרנסה

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויקהל, כ"ג אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך הער זאגן אז דו גייסט אריבער שווערע דחקות ועניות, דו האסט נישט קיין געלט, האסט נישט קיין הייצונג, דו זיצט מיט דיין משפחה אין די ביטערע פרעסטן, האסט נישט גארנישט.


ליבער ברודער, איך וויל דיר בעטן צוויי זאכן, ערשטנ'ס אז דו ביסט אין אזא מצב – זאלסטו גיין נאך געלט, על פי הלכה מעג מען נעמען צדקה אויב מען האט נישט. גיי ביים דאווענען צווישן די מנינים, בעט ביי אנשי שלומינו צדקה, זאג פארוואס דו גייסט, פארוואס דו נעמסט צאם; פאר הייצונג, פאר דיין משפחה, דיין בעבי זאל נישט פארפרוירן ווערן. צווייטנ'ס, גיי צווישן די גראז, גיי פון הינטער דיין שטוב אין פעלד, הייב אויף דיינע אויגן צום הימל און זאג: "הייליגער באשעפער, געב מיר א מתנת חנם, געב מיר א גענאדע, געב מיר שפע איך זאל קענען מפרנס זיין מיין משפחה, הייליגער באשעפער, איך ווייס אז איך בין שולדיג, צוליב מיינע זינד האב איך נישט פרנסה, איך טו תשובה, איך האב חרטה אויף מיינע זינד, פארגעב מיר, זיי מיר מוחל, איך גיי שוין זיין וואויל, רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, העלף מיך ארויסגיין פון אלע מיינע חובות".


אויך זאלסטו זיך ווענדן צו האברך אשר בער נרו יאיר, ער איז געשטעלט מטעם די הנהלה צו העלפן אלע אנשי שלומינו קענען באקומען די פראגראמען וואס די שטאט געבט פאר משפחות וואס קענען נישט צאלן הייצונג, עסן וכדומה.


אויך זאלסטו רעדן צו מיין זון הרב אלחנן חיים נרו יאיר, ער האט א צדקה קאסע צו העלפן משפחות נצרכים.