בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - עצות אז דאס קינד זאל האבן צו עסן
שלום בית, סגולות, תהלים, גמרא

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויגש, ג' טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר.


אז דיין ווייב מוטשעט זיך מיט'ן געבן צו עסן פאר'ן קינד זאלסטו טון די עצה וואס דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סה): "הַשִּׁירוֹת וְהַתִּשְׁבָּחוֹת, שֶׁאוֹמְרִין קֹדֶם אוֹר הַיּוֹם, הוּא סְגֻלָּה לְבָנִים. גַּם לְאִשָּׁה שֶׁנֶּחְסַר חֲלָבָהּ", אז מען שטייט אויף פארטאגס, מען זינגט און מען לויבט דעם אייבערשטן – איז דאס א סגולה פאר קינדער און אויך א סגולה פאר א פרוי וואס האט ווייניג מילך, "גַּם לְאִשָּׁה רָעָה שֶׁהִיא כַּעֲסָנִית", אויך פאר א פרוי וואס רעגט זיך שנעל אויף.


נעם די עצה פון רבי'ן וואס איז בדוק ומנוסה, שטיי אויף פארטאגס - יעצט ווינטער ווערט שפעט טאג דארף מען נישט אויפשטיין אזוי פרי - נעם א תהלים און זאג קאפיטלעך תהלים מיט געזאנג צום אייבערשטן, דאנק אים און לויב אים אויף די נסים וואס ער טוט מיט דיר, צווישן די קאפיטלעך זאלסטו זיך מתבודד זיין, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, וועסטו זען ווי דיין ווייב וועט האבן גענוג און נאך מילך.


אז דו וועסט אויפשטיין פרי וועסטו שוין אויך קענען קומען צום שיעור גמרא און דאווענען מיט מנין, אזוי וועסטו אנהויבן דעם טאג ווי עס דארף צו זיין.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר זייער ליב און בעט פאר דיר.