בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - עצות פאר א גוטע שלום בית
שמחה, תודה והודאה, אמונה, שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויקהל, י"ח אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער הודעה.


איך וועל רעדן צו אייער מאן ער זאל זיך פירן שיין צו אייך און אייך פרייליך מאכן.


אבער איך וויל איר זאלט וויסן אז די עצה צו האבן א גוט לעבן ליגט אין אייערע הענט, עס האט נישט צוטון מיט אייער מאן, עס האט נישט מיט קיינעם, עס האט נאר מיט אייך. איר דארפט אריינעמען אין זיך אמונה, חזר'ן אמונה, וויסן און געדענקען אז דער אייבערשטער איז דא, ער איז נעבן אייך, מיט אייך און ביי אייך, דער אייבערשטער מאכט אלעס, ער געבט דעם מענטש אלעס, די מאן, קינדער, שידוכים, פרנסה, אלעס אלעס איז פונעם אייבערשטן, עס איז נישט דער און נישט יענער, נישט דער מאן קען עפעס טון, נישט די קינדער קענען עפעס מאכן, עס איז אלעס דער אייבערשטער.


ווי נאר מען נעמט אין זיך אריין די אמונה, מען הייבט אן גלייבן אז קיין שום זאך פאסירט פון זיך אליין, אלעס איז פונעם אייבערשטן - ווערט ליכטיג, און אוי וויי, ווי ביטער און פינסטער עס ווערט ווען מען רעדט זיך איין אז דאס וואס מען גייט אריבער איז פון א בשר ודם, עס ווערט אזוי שלעכט, מען פאלט אריין אין א דעפרעסיע, און פון דעם קומט השם ישמרינו א נערווען צאמבראך רחמנא לצלן.


איך בעט אייך זייער, נעמט די ערשטע אני מאמין פון די דרייצן אני מאמין און זאגט דאס אן א שיעור מאל יעדן טאג; זינגט צו אייך הויך אויפן קול די ערשטע אני מאמין: "אֲנִי מַאֲמִין" איך גלייב, "בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה" מיט מיין גאנצע הארץ, "שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ" אז דער אייבערשטער, "הוּא בּוֹרֵא" ער באשאפט, "וּמַנְהִיג" און פירט, "לְכָל הַבְּרוּאִים" אלע באשעפענישן, "וְהוּא לְבַדּוֹ" און ער אליין, "עָשָׂה" האט געטון, "וְעוֹשֶׂה" און טוט אלעס אויף דער וועלט, "וְיַעֲשֶׂה" און וועט ווייטער אלעס טון, "לְכָל הַמַּעֲשִׂים" אלעס וואס פאסירט אויף דער וועלט; איר וועט זען עס וועט אייך ווערן גוט, איר וועט שפירן אויסגעלייזט.


אז איר וועט גיין צו א שלום בית מאכער וועט יענער מאכן פון אייך א געשפעט, יענער וועט מיט וויינען מיט אייך און אין די זעלבע צייט ארויסשלעפן שווערע געלטער וואס ענק האבן נישט, און וואס וועט אייך יענער קענען העלפן? ווען ער קען זיך אליין נישט העלפן, און אויב חס ושלום איר וועט אנקומען צו איינעם מיט לינקע פארדארבענע השקפות, וואס וועט אייך צו רעדן צו וואוינען אליין, אן א מאן, וועט זיין אויף אייך א ביטערע רחמנות, און אפגערעדט אויף אייערע טייערע זיסע קינדער. עס וועט ווערן ט' באב, עס וועט חרוב ווערן די דריטע בית המקדש, ענקער שיינע משכן ה' וועט חרוב ווערן. איך ווייס מעשיות פון פרויען וואס האבן געוויינט זייער גאנץ לעבן און זיך אויפגעגעסן פון גארנישט און נישט, פאר יעדן איינעם בארעדט זייער מאן, און דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף די מענטשן, און זיי אוועק גענומען פון די וועלט, דעמאלט האבן זיי זיך אויפגעוועקט און וויינען היינט, אוי וויי, א שאד, מיר האבן געהאט אזא וואוילער מאן און מיר האבן אים נישט געהאלטן טייער.


איך בעט אייך זייער, נעמט א פאפיר מיט א בליי און שרייבט אראפ אפאר גוטע זאכן אויף אייער מאן, אויך שרייבט אפאר גוטע זאכן אויף אייך און אויף אייערע קינדער, און נעמט אייך יעדן טאג צוויי מינוט אין א שטילע פלאץ און שמועסט אויס די צעטל מיטן אייבערשטן, רעדט צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט צו א גוטע פריינד און זאגט אים שכוח פאר די גוטע זאכן, און פרובירט אלץ צוצולייגן נאך א גוטע זאך און נאך א גוטע זאך, און דאנקט דעם אייבערשטן; דאס וועט ארויסטרייבן די עצבות און אריינברענגען אן אמת'ע פרייד אין הארץ, ביז די נערווען וועט ווערן אזוי שטארק, מען וועט שפירן א זיסקייט אין לעבן.


נעמט אן די ווערטער פון דעם בריוו, וועט אייער לעבן ווערן איין שטיק גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.