בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
הרב ... נרו יאיר
וויסן זאלסטו, יעצט ווען עס קומט דער הייליגער יום טוב שבועות זענען מיר נאכאמאל זוכה צו קבלת התורה, יעדער איינציגסטער איד איז נאכאמאל זוכה צו קבלת התורה; עס איז א צייט וואס מען באנייט זיך, מען הייבט אן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן, מען הייבט אן לערנען און דאווענען און טון מצוות ומעשים טובים, און מיר דארפן זיך זייער פרייען אז מיר זענען אויסדערוועלט פון אלע פעלקער און מיר האבן באקומען די הייליגע תורה.
דער עיקר זאלסטו זיך זייער שטארקן און נישט אויפגעבן אויף דיינע גוטע רצונות, די הייליגע חכמים זאגן (ביצה כה:), פארוואס האט דער אייבערשטער געגעבן די תורה פאר די אידן? "מפני שהן עזין", די טבע פון אידן איז אז זיי זענען אן עם קשי עורף, זייער שטארקע עקשנים, און דאס איז זייער א גוטע זאך ווען עס קומט צו עבודת השם, מען לאזט זיך נישט ווערן צעפאלן ווען מען זעט נישט ווי מען איז גלייך מצליח; ווייל עס גייט נישט אין איין מינוט, און אויך נישט אין איין טאג - צו ווערן אן ערליכער איד, א צדיק; עס נעמט א שטיק צייט, און אז מען איז נישט קיין עקשן, מען שטארקט זיך נישט צו בלייבן מיט די גוטע ווילן - פאלט מען אראפ און מען איז נישט מצליח צו אנקומען צו די הויכע הייליגע מדריגות, און דערפאר זאגט דער הייליגער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן מח): "צריך להיות עקשן גדול בעבודת השם יתברך", מען דארף זיין א גרויסער עקשן אין עבודת השם, נישט אפלאזן די גוטע ווילן און נישט אפטרעטן פון די גוטע קבלות וואס מען האט מקבל געווען, אפילו עס גייט אריבער וואס גייט אריבער וכו', ווייל נאר בזכות עקשנות האבן מיר מקבל געווען די תורה.
על כן ליבער ברודער, באניי זיך, הייב אן פונדאסניי זיין א איד, ניץ דיינע עקשנות אויף קבלת התורה, גיי אין שול יעדן טאג דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, און הייב אן פונדאסניי לערנען די הייליגע תורה, און הייב אן פונדאסניי היטן דיינע אויגן, האלט אן מיט עקשנות דיינע קבלות טובות פון היטן די אויגן און היטן די מחשבות. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נב:), אויב מען האט צוטון מיטן יצר הרע וואס וויל אראפוואפן אין עבירות – "משכהו לבית המדרש", שלעפ אים אריין אין שול, "אם אבן הוא נימוח", אפילו דער יצר הרע איז הארט ווי א שטיין - וועט ער ביים סוף ווערן צעלאזט, "ואם ברזל", און אויב האסטו א שווערע ביטערע יצר הרע, אזוי ווי אייזן – "הוא מתפוצץ", וועט ער ווערן צעפיצלט; די בעסטע פלאץ וואו מען קען זיך באהאלטן - איז אין שול, אין כולל און אין ישיבה, דארט קען מען מקיים זיין וואס דער רמב"ם זאגט (פרק ו' מהלכות דעות, הלכה א): "יצא למערות ולחוחים ולמדברות", ווען מען זעט אז מען קען ווערן נאכגעשלעפט נאך שלעכטע דעות זאל מען אנטלויפן אין די מדברות; זאגן די הייליגע צדיקים, דאס קען מען מקיים זיין אין שול, אין ישיבה און אין כולל; דארט קען מען זיך באהאלטן פון ווערן נאכגעשלעפט פון שלעכטע דעות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.