בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, י"ט מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
די וואך שבת בענטשט מען שוין חודש אלול, חודש אלול קען מען פועל'ן גרויסע זאכן; דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן פז), אז חודש אלול איז מסוגל פאר א שידוך, ווייל סוד כוונת אלול איז (ישעיהו מג, טז): "הַנּוֹתֵן בַּיָּם דָּרֶךְ" וכו'.
אויך איז חודש אלול מסוגל צו האבן שלום בית, ווייל דורכדעם וואס מען טוט תשובה – ווערט די ווייב איבערגעדרייט צום גוטן, בבחינת "זכה, עוזרתו"; די גאנצע שלום בית איז געוואנדן אין קדושת היסוד, אויב מען איז פוגם חס ושלום, אפילו מען האט געטראפן א שידוך – איז נישטא קיין שלום בית, בבחינת: "לא זכה, כנגדו"; וואס דער מאן וויל – וויל די פרוי פארקערט פון אים, און מען קריגט זיך טאג און נאכט.
דערפאר, יעצט אין חודש אלול קען מען זוכה זיין צו באקומען אן אמת'ע שלום בית דורכדעם וואס מען טוט תשובה, מען פאררעכט וואס מען האט פוגם געווען, דורך זיך היטן די אויגן, נישט קוקן קיין עבירות, און נישט טון חס ושלום קיין עבירות, און דער עיקר – דורך זיך מאכן א שיעור קבוע צו לערנען יעדן טאג תורה, און מקפיד זיין צו דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה און מעריב מיט מנין דוקא, און דורך פארמערן צו טון גמילת חסד מיט אנדערע, בפרט אין שטוב מיט די ווייב און קינדער, העלפן די ווייב, זיך נישט זוכן תירוצים ארויסצוגיין פון שטוב – דאן באקומט מען צוריק די שלום בית.
דער הייליגער רבי האט אונז זייער גע'מוסר'ט (שיחות הר"ן, סימן רסד), אז מיר זאלן מכבד זיין די ווייב און רחמנות האבן אויף איר, ווייל זיי גייען אריבער אזויפיל צער אין לעבן מיטן ברענגען קינדער און מיטן ערציען די קינדער; מען מוז מכבד זיין די ווייב, רעדן שיין צו איר, און זיך נישט טענה'ן, און חס ושלום נישט טשעפען, ווייל די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.): "לְעוֹלָם יְהֵא אָדָם זָהִיר בְּאוֹנָאַת אִשְׁתּוֹ, שֶׁמִּתּוֹךְ שֶׁדִּמְעָתָהּ מְצוּיָה אוֹנָאָתָהּ קְרוֹבָה", מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו טשעפען די ווייב, ווייל די נאטור ביי ווייבער איז אז זיי וויינען שנעלער, און דאס איז א גרויסע פגם השם ישמרינו.
א כתיבה וחתימה טובה.