בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פארברענגען מיט די משפחה אין קאנטרי
חינוך הילדים, שלום בית, התחזקות, שלום

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קרח, (חקת בא"י), ב' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך פריי זיך אזוי שטארק אז דו קומסט ביי אונז אין קאנטרי 'אילן החיים', דו וועסט זיין מיט אנשי שלומינו במשך דעם זומער.


איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט אויסניצן דעם זומער אזוי ווי עס דארף צו זיין, און ווען דו קומסט ארויס אין קאנטרי אויף שבתים, פון דאנערשטאג נאכט ביז מאנטאג אינדערפרי וכדומה - זאלסטו פארברענגען מיט דיין משפחה. עס איז זייער נישט ריכטיג צו זען וואס טוט זיך אין די קאנטריס אין די צייטן וואס די מענער קומען ארויס אין קאנטרי; אנשטאט אהיים גיין צו די ווייב - גייט מען מיט חברים, מען איז אינדרויסן גאנצע נעכט; דאס איז נישט אויסגעהאלטן, עס איז נישט קיין ערליכע זאך, דעריבער בעט איך דיר זייער, גיי אהיים, זיי נישט ביי די נעכט מיט חברים, פיר זיך ערליך און הייליג.


לאז אפ חברים, חברים איז א דמיון, נישטא אזא זאך ווי חברים, ווילאנג מען קען עפעס האבן נוצן פון דיר וועט מען דיך ניצן, נאכדעם וועט מען דיך באגראבן, מען וועט דיך אוועק ווארפן ווי מען ווארפט אוועק די שאלאכטס פון א לעמאן, מען וועט דיך אויסקוועטשן, מען וועט דיך אויסנוצן, און שפעטער וועט קיינער נישט קוקן אויף דיר.


ליבער ברודער, מענטשן באוויינען זייערע יונגע יארן וואס זיי האבן פארברענגט זייערע טעג און נעכט מיט חברים, און שפעטער האבן די חברים זיי פארשעמט און בא'גנב'עט השם ישמרינו; האב שכל, ניץ אויס דיינע יונגע יארן ריכטיג, ניץ עס צו זיין אין שטוב מיט דיין משפחה.


איך בעט דיר זייער דו זאלסט זיך פירן ווי אן ערליכער איד פירט זיך. גיי אהיים צו דיין ווייב, שמועס מיט איר, פארברענג מיט איר, לאז נישט די שטן צעברעכן דיין שטוב, און אז דו קענסט זיין וואס מער נעכט אין קאנטרי - זאלסטו וואס מער זיין אין שטוב, ווייל על פי תורה טאר מען נישט אוועק פארן פון שטוב, נאר אין שטוב מיט די ווייב איז מען אפגעהיטן, און געב אכטונג נישט וויי צו טון דיין ווייב חס ושלום, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסג), דער יצר הרע זוכט מיט אלע וועגן: "לְקַלְקֵל הַשְּׁלוֹם בַּיִת שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", ווי ער קען צעשטערן די שלום בית, מאן און ווייב זאלן זיין צעטיילט, ווייל אזוי קען ער אראפווארפן דעם מענטש אין עבירות, ער לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, אזוי ווארפט ער זיי אראפ אין עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.