בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... תחי'
איך האב ערהאלטן אלע צענדליגער בריוון.
וואס גייט פאר מיט אייך? וואס קלאפט איר זיך? וואס איז דאס טראכטן א גאנצן טאג און א גאנצע צייט שלעכטס אויף זיך? עס זעט מיר אויס ווי איר האט עפעס א פארגעניגן און א חיות פון זיך קלאפן, איר האט א געשמאק פון זיין נעגאטיוו, ווייל טאג און נאכט האלט איר זיך אין איין קלאפן, און פון יעדע זאך זוכט איר נאר ארויסצונעמען שלעכטס אויף זיך.
אז מיר זענען געקומען צום רבי'ן, דארפן מיר פאלגן דעם רבי'ן, און אז דער רבי הייסט אונז זיין פרייליך, זיין פאזיטיוו - דארף מען דאס טון מיט מסירות נפש. דער רבי האט אונז געלערנט אז עס איז נישט קיין קונץ זיך צו קלאפן, א קונץ איז - זיך אויפצוהייבן, א קונץ איז - אויפזוכן אין זיך גוטע נקודות, און אפילו ווען עס זעט אויס ווי מען איז דער ערגסטער מענטש, און ווי קיינער אין דער וועלט אינטערעסירט נישט די ווייטאג און וואס איך אלץ גיי אריבער - דארף מען אויך אויפזוכן גוטע זאכן מיט וואס זיך מחי' צו זיין און צו זיין פרייליך; ווייל עצבות און מרה שחורה - דאס איז די סטרא אחרא, זיין נעגעטיוו און טראכטן נעגעטיוו - דאס איז סטרא אחרא.
איך בעט אייך, אנטלויפט פון די סטרא אחרא, אנטלויפט צו די קדושה, און וויסן זאלט איר, די סימן צי מען איז ביי די קדושה אדער ביי די טומאה קען מען אליינס זען; איז מען פרייליך, מען טראכט פאזיטיוו - איז מען ביים אייבערשטן, ווי עס שטייט (דברי הימים א טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ"; איז מען נעגעטיוו, דעפרעסט, מען טראכט שלעכטס אויף זיך - איז מען ביי די טומאה, ווי עס שטייט (בראשית ג, יז): "בְּעִצָּבוֹן תֹּאכְלֶנָּה".
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.