בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ויקרא, ה' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך וואלט ווען גענומען דעם קינד אין א זייט און אים געפרעגט אויב עפעס שטערט אים, פארוואס ער טוט דאס; "פארוואס מאכסטו חוזק פון מיר? דו פארשעמסט מיר, מען טאר נישט פארשעמען א איד"; דאס וואלט איך געטון.
האסט גוט געטון אז דו האסט אים געזאגט ער זאל נישט צוריקקומען איידער זיין טאטע רופט, דו קענסט זאגן דעם טאטן אז דער קינד מאכט דיר נאך ווי אזוי דו רעדסט, עס איז נישט קיין דרך ארץ נאכצומאכן דעם מלמד; לאמיר האפן אז דער טאטע וועט האבן שכל און אויסלערנען דעם קינד ווי אזוי צו האבן דרך ארץ.
עס זאל נישט פאסירן נאכאמאל, אבער אויב פאסירט אז א קינד פירט זיך נישט אויף מיט דרך ארץ - מוז זיין אז עפעס שטערט אים; זאלסטו נעמען דעם קינד אין א זייט און רעדן מיט אים הארציגע ווערטער, אים פרעגן וואס שטערט אים, אויב דער קינד זאגט אז גארנישט שטערט אים נישט, זאלסטו אים זאגן א גוט ווארט: "ביסט א גוט קינד", "איך האלט פון דיר", "איך גיי זאגן דיין טאטע אז דו ביסט וואויל", און לייג צו וואס ער דארף פאררעכטן, זאג אים: "אזוי קען מען זיך נישט אויפפירן אין כיתה, עס שטערט וכו'".
וואויל איז די מלמדים וואס זענען מחנך די קינדער מיט ליבשאפט און ווארעמקייט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.