בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
די אלע וואס סטראשען אז מען קען נישט טרעפן קיין שידוך אויב מען איז מקושר צום רבי'ן – דאס איז א גרויסער דמיון, מען פארלירט נישט קיין שידוך אז מען איז ערליך, מען פארלירט נישט קיין שידוך דורך עבודות השם; עס איז א נסיון וואס פרישע מקורבים גייען אריבער.
די שאלה איז, פארוואס דארף מען זאגן פאר'ן שדכן אז מען איז מקושר צום רבי'ן? ווער דארף וויסן אז מען הערט שיעורים? בפרט פרויען און מיידלעך, ביי זיי איז דאך בכלל נישט שייך מען זאל וויסן אז זיי האבן חיות פון רבי'ן, עס איז א זאך וואס דארף קיינעם נישט שטערן.
ביי בחורים און אינגעלייט איז דא אומאן, איינמאל א יאר דארף מען פארן קיין אומאן; דער רבי האט אונז געהייסן מיר זאלן קומען צו אומאן אויף ראש השנה, דאס קען מען נישט אויסלאזן, דעמאלט קען ארויסקומען די באהאלטענע סוד אז מען איז ברסלב (מען קען דאס אויך באהאלטן מיט שכל), אבער ביי פרויען און מיידלעך איז נישטא קיין אומאן.
די שאלה האב איך צו אלע פרישע מקורבים וואס וויינען אז מען רודפ'ט זיי; ווער הייסט אייך זאגן איר זענט ברסלב? ווער הייסט אייך מאכן מחלוקות? די פרישע מקורבים זענען געווענליך זייער צוהיצט, זיי ווילן נישט ארבעטן מיט שכל און חכמה, זיי אליינס מאכן זיך די מחלוקות.
יעצט זענען געקומען צו אונז א משפחה און אריינגעלייגט די קינדער אין קעמפ, די אינגלעך מיט די מיידלעך, און די עלטערן זענען געקומען צו מיר וויינען אז די מוסד וואו זיי שיקן די קינדער א גאנץ יאר האט זיי איינגעמאלדן אז מען נעמט נישט צוריק זייערע קינדער, ווייל זיי זענען זומער אין ברסלב. מיר האט דאס זייער וויי געטון, פארוואס זאל מען ארויסווארפן קינדער פון מוסדות אויב זיי קומען זומער אין ברסלב'ער קעמפ?! איך האב אונטערגעשיקט איינעם, א משפחה פונעם מנהל דארט, פרעגן פארוואס טוט מען דאס צו ברסלב, ביז עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז איך בין גערעכט, עס האט גארנישט מיט ברסלב, עס זענען די פרישע מקורבים וואס האבן נישט קיין שכל, זיי רייצן זיך. דער מנהל זאגט, פאריאר זענען די קינדער געווען אין ברסלב'ער קעמפ, נאכן זומער ווען זיי זענען צוריק געקומען האבן זיי חוזק געמאכט פון די מוסד וואו זיי לערנען, זיי האבן געזאגט: "ברסלב איז די אמת", "נאר ברסלב", "אלעס חוץ ברסלב איז שקר"; עס איז געווארן א מהפכה אינעם מוסד, האט די הנהלה באשלאסן אז אויב די קינדער גייען נאכאמאל צו ברסלב, זאלן זיי בלייבן ביים אמת, זיי זוכן נישט קינדער וואס וועלן איבערדרייען זייער מוסד.
דאס איז אויך די סיבה פארוואס ישיבות ווארפן ארויס בחורים וואס פארן קיין אומאן; ווייל די בחורים, די פרישע מקורבים - זענען צוהיצט, זיי שטורעמען זייער ישיבה מיט ברסלב, ביז מען ווארפט זיי ארויס; וואלטן זיי געהאט שכל זיך נישט צו רייצן מיט קיינעם - וואלטן זיי געקענט זיין אין ישיבה אן דעם וואס מען זאל זיי רודפ'ן, זיי וואלט געקענט דינען דעם אייבערשטן, זיך מחי' זיין מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.
אזוי איז אויך מיט הערן די שיעורים אויפ'ן טעלעפאן; פארוואס אין דער וועלט דארף מען זיך רייצן מיט אנדערע? דערפאר פארשטיי איך נישט פארוואס דער שדכן דארף וויסן אז מען שעפט חיות פון רבי'ן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.