בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פארלעש דיין טעלעפאן, פארברענג מיט דיין ווייב
חנוכה, שלום בית, טעלעפאן, מנהגים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, קרית ברסלב ליבערטי


איך וויל דיך מחזק זיין, די ביסל צייט וואס דו ביסט מיט דיין ווייב ביי נאכטמאל וכו' – זאלסטו אויסלעשן דיין טעלעפאן, אז דו זאלסט קענען הערן וואס זי רעדט און וואס זי דערציילט דיר. איך ווייס אז דו טוסט נישט שלעכט, דו ביסט עוסק מיר צו העלפן, דו העלפסט מיר זייער, דאך וויל איך עס זאל נישט גיין אויפן חשבון פון דיין "שלום בית"; פארלעש דיין טעלעפאן, געב איר די פאר מינוט, זי זאל באקומען וואס קומט איר.


טייערער ברודער, קומענדיגע וואך צינדן מיר די הייליגע מנורה, ביי אונז איז דער מנהג זיך אנטון שטריימל מיט בעקיטשע, מען וואשט די הענט און מען זאגט די "לשם יחוד", מען בעט דעם אייבערשטן, בזכות וואס מען צינדט די חנוכה לעכט – "תחכמנו באור תורתיך" זאלסטו מיר עפענען די ליכטיגקייט פון די תורה, "אנו וזרעינו וזרע זרעינו" פאר מיר, פאר מיינע קינדער און פאר די קינד'ס קינדער; ביי די ווערטער זאלסטו מאכן א סטאנציע, בעט פאר דיר און פאר דיינע דורות – "ויהיו זרעי וזרע זרעי תלמידי חכמים וחסידים, אהובים למעלה ונחמדים למטה", מעגסט לאזן א טרער ביי די תפילה, אז דיינע קינדער און קינד'ס קינדער זאלן זיין ערליכע באליבטע אידן, תלמידי חכמים.