בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פיר זיך צניעות'דיג אזוי ווי דיין מאמע האט דיר געלערנט
כיבוד אב ואם, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, שווימען

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ה' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', תלמידה בית פיגא וויליאמסבורג.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן די שיינע גרוסן פון קעמפ, ווי די מיידלעך פירן זיך באחדות, מען איז מקרב יעדע איינציגסטע מיידל.


אויף דיין פראגע וועגן אנטון א בעידינג סוט אונטערן שווים קלייד; איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך האב נישט געטראכט אז איך דארף נאך שרייבן אדער רעדן פון דעם נאכדעם וואס איך האב שוין געזאגט אלע יארן דאס וואס צדיקים האבן געזאגט אויף דעם קלייד, אז דאס איז א פריצות'דיגע קלייד.


ווען איך האב געליינט דיין בריוו האב איך מיך אנגעהויבן אינטערעסירן וואס עס גייט פאר; וואס איז די שאלה? וואס טוט זיך ביי די מיידלעך? ווי אזוי שווימט מען? האב איך געהערט אז נישט אלע טוען מיין ווילן, נאר געציילטע משפחות פירן זיך מיט צניעות און דיין משפחה - דו מיט דיינע שוועסטערס זענען פון די וואס טוען נישט אן די פריצות'דיגע קלייד.


דעריבער זאלסטו פאלגן דיינע עלטערן; דיינע עלטערן פארשטייען גאר גוט וואס צניעות איז, זיי פירן די משפחה זייער צניעות'דיג, זאלסט שווימען אזוי ווי דיין מאמע האט דיר געלערנט.


איך פריי זיך זייער אז מיר האבן זיך משדך געווען מיט דיין משפחה, דיין שוועסטער ווערט א שנור ביי אונז למזל טוב; דאס איז אונזער ציל, זיך פירן ערליך און אידיש.


בנוגע תהילים; זוך נישט צו ענדיגן, זאג לויט דיין וועג; זאג תהילים וויפיל דו קענסט. תהילים איז נישט קיין קאנטעסט - ווער עס קען ענדיגן מער מאל, תהילים איז געבעטן צום אייבערשטן, עס ברענגט נאנט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.