בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פעלזן פעסט צו דאווענען מיט מנין
בחור, שידוכים, התחזקות, מנין

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך ארבעט זייער פלייסיג פאר דיין שידוך, איך פרוביר זייער, איך האף צום אייבערשטן אויסצופירן פאר דיר א גוטע שידוך.


דיר בעט איך זאלסט זיין פעלזן פעסט אין דאווענען די דריי תפילות שחרית מנחה מעריב – מיט מנין, האלט אן די זאך מיט מסירות נפש, (נישט צו זאגן אז ווען דו פארסט אויף א פליגער זאלסטו מיט נעמען א מנין), דאווענען מיט מנין ברענגט אז דער אייבערשטער כביכול זאל זיך אינטערעסירן און זיך נאכפרעגן אויפן מענטש, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן  (ברכות ו:): "כָּל הָרָגִיל לָבֹא לְבֵית הַכְּנֶסֶת וְלֹא בָּא יוֹם אֶחָד הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְשָׁאֵיל בּוֹ", ווען א מענטש דאווענט יעדן טאג מיט מנין און איין טאג פארפעלט ער צו קומען אין שול - פרעגט דער אייבערשטער אויף דעם מענטש פארוואס ער איז נישט געקומען אין שול; מיט דעם וואס א מענטש איז מקפיד צו דאווענען מיט מנין דיקא, און ווען ער קען נישט קומען אין שול, עס גייט אריבער אויף אים וכו' - פרעגט דער אייבערשטער אויף אים פארוואס ער איז נישט געקומען, און דער אייבערשטער העלפט אים ער זאל ווייטער קענען קומען, ער נעמט אוועק פון דעם מענטש דער פראבלעם; זעט מען אז דאווענען מיט מנין ברענגט השגחה, דער אייבערשטער קערט זיך צום מענטש און טוט זיין ווילן.


איך באקום יעדן טאג ווארעמע הארציגע מוסר רייד פון מיין טייערע מאמע תחי' אז איך טו נישט גענוג פאר מיינע תלמידים פאר שידוכים, יעצט אין די ניין טעג זאגט זי מיר: "טו עפעס אויפצובויען דעם בית המקדש, מאך שידוכים, נאר שידוכים בויט די בית המקדש", אויך פרעגט זי מיר די לעצטע שטיק צייט וועגן דיר, איך זאל דיר העלפן מיט א שידוך.