בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פרעג דעם אייבערשטן אויב דו זאלסט זיך ארויסציען
תפילה והתבודדות, שלום בית, שטעטל, תפלות אויף אידיש, לצנות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, כ"ב תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין הערליכע בריוו.


איך בין זיך מחי' יעדעס מאל דו שרייבסט מיר; דו ביסט ממש א בור סיד שאינו מאבד טיפה, יעדעס ווארט, יעדעס חיזוק וואס דו הערסט שרייבסטו אראפ אזוי שיין; מי יתן אז איינער זאל קומען און דאס שיין צוזאמנעמען און ארויס געבן וועלן נאך מענטשן זיך מחי' זיין און מחזק זיין.


בנוגע ארויס קומען וואוינען אינעם ברסלב'ן שטעטל וכו'; דאס איז תלוי אין דיר און אין דיין ווייב, ווי אזוי איר וועט מחליט זיין וועט זיין גוט. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן רסט): "מַה צְרִיכִין לְהִתְבַּלְבֵּל? אֵיךְ שֶׁעוֹשִׂין עוֹשִׂין וּבִלְבַד שֶּׁלֹּא לַעֲשׂוֹת רַע חַס וְשָׁלוֹם", מען דארף זיך נישט מבלבל זיין פון גארנישט, "ווי מען טוט טוט מען, אבי מען טוט נישט קיין שלעכטס חס ושלום"; איך ענטפער נישט פאר קיינעם פון די תלמידים צי מען זאל זיך ארויסציען אינעם שטעטל.


די בעסטע זאך פאר ענק אויב איר ווילט וויסן וואס צו טון; יא צו קומען וואוינען דא אדער בלייבן וואו איר וואוינט, - אז איר זאלט דאס אויסשמועסן מיט'ן אייבערשטן יעדן טאג ביז איר וועט באקומען א תשובה מן השמים. מאך זיך א תפילה פאר דיר און דיין ווייב און בעט דאס יעדן טאג: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל וויסן וואו זאל איך וואוינען, זאל איך זיך ארויסצוען קיין קרית ברסלב אדער בלייבן וואו איך וואוין"; שמועס אויס אלע חסרונות און מעלות פון די פלאץ וואו דו וואוינסט יעצט און אלע מעלות און חסרונות פון זיך אהין ציען, דורכדעם וועט דיר קלאר ווערן און קלאר ווערן פאר דיין ווייב וואס איר זאלט טון, און אזוי זאלט איר טון.


דאס טו איך ווען איך ווייס נישט וואס צו טון, איך גיי אויף א שפאציר און איך וויין זיך אויס צום אייבערשטן: "אייבערשטער וואס טו איך? איך ווייס נישט וואס צו טון, יא צי ניין?" ביז עס ווערט מיר קלאר וואס איך האב צו טון. אזוי טו איך - נישט איין מאל און נישט צוויי מאל נאר אן א שיעור מאל, ביז עס קומט אויס צו טון וואס דער אייבערשטער וויל.


איין זאך זאג איך דיר יא קלאר, אז אויב דו וועסט רעדן צו מיינע תלמידים - וואס איך האב זיי ארויסגענומען פון בלאטע און אפגעוואשן - ליצנות אויף מיר וכו', אויף דעם לֹא יֹאבֶה ה' סְלֹחַ לוֹ; נישט אלץ מיר אויס, ווייל מיר גייט נישט אן וואס דו זאגסט אויף מיר; מה אני ומה חיי, איך בין גארנישט און איך דארף אסאך תשובה טון אויף מיינע חטאים, עוונות ופשעים; אבער אז דו וועסט רעדן צו מיינע תלמידים וואס זייער גאנצע אידישקייט איז תלוי אין די דיבורים וואס זיי הערן פון רבי'ן, אז דו וועסט חוזק מאכן פון מיר דירעקט אדער בעקיפין און פון די זאכן וואס מיר טוען - אויף דעם וועסטו באצאלן זייער א טייערע פרייז.


זיי געזונט און שטארק.