בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פרעגט אייערע עלטערן ווי אזוי זיך צו פירן
כיבוד אב ואם, צניעות, חיזוק פאר מיידלעך, דרך ארץ

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון אייערע טיטשערס אז איר פירט זיך מיט דרך ארץ, ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ פון די וויכטיגסטע זאכן. דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: "ווען קסרים און קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן מיט מיינע תלמידים, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער לערנען ביי מיר"; אזוי שטארק איז געווען ביים רבי'ן דער זאך פון דרך ארץ.


בנוגע דער שכן וואס איר פלעגט שפילן מיט אים ווען איר זענט געווען יונג און יעצט איז ער שוין עלטער און ער זוכט צו רעדן מיט אייך, ער פרעגט אייך שאלות; מאכט זיך נישט וויסנדיג פון אים ווען ער פרעגט אייך שאלות, געבט אכטונג, יעצט זענט איר שוין עלטער קענט איר מער נישט רעדן מיט פרעמדע בחורים אדער אינגעלייט.


בנוגע אויב איר זאלט גיין מיט א הארץ קייטל וכו'; פרעגט אייערע עלטערן, זיי זענען זייער ערליך און איידל, ווי אזוי זיי זאגן אייך - אזוי זאלט איר זיך פירן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.