בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - פשוט'ע חברים, וואס זענען ערליך און רעדן איידל
חברים, תשובה, ניבול פה, התבודדות, פגם הברית

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, ב' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש.


געב זיך אכטונג פון שלעכטע חברים וואס שלעפן דיך צו טון עבירות, איך ווייס נישט אויב ביי ענק אין ישיבה רעדט מען פון זיך אכטונג געבן פון די עבירה; וויסן זאלסטו, פגם הברית איז זייער געפערליך, און די הייליגע חכמים זאגן (נדה יג:), דער וואס איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן איז חייב מיתה, און דאס ווערט גערעכנט ווי מען איז עובר אויף רציחה און שפיכות דמים, און ווי מען דינט עבודה זרה רחמנא לצלן.


געב זיך אכטונג פון שלעכטע חברים, הער וואס די חברים רעדן; אז דו הערסט רעדן שמוציגע ווערטער - זאלסטו זיך היטן פון זיי, און אפילו זיי זענען בחורים מציונים וואס פארהערן זיך וכו'. זוך אויף פשוט'ע בחורים וואס זענען ערליך און רעדן איידל, ווייל אז מען פאלט אין די עבירה פון פגם הברית ווערט מען פארשטויסן פון די קדושה, און דער זוהר הקדוש זאגט (וישב קפח.; ויחי ריט.), ווער עס זינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית - העלפט אים נישט קיין תשובה; אזוי געפערליך איז די עבירה.


נעם גוטע חברים וואס רעדן נישט ניבול פה און בעט דעם אייבערשטן ער זאל דיך מוחל זיין אויף אלעס וואס איז געווען וכו', און נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן; ווייל וויסן זאלסטו ליבער ברודער, דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אראפגעשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף די וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס זענען אראפגעפאלן אין די ביטערע עבירה, און דורך זיינע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן, און דער רבי האט קלאר געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עא), קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר, נאר איך, און איך זאג אז עס העלפט יא תשובה, און אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט אין די עבירה קען אויך תשובה טון, און דער הייליגער רבי האט געגעבן עצות ווי אזוי מען קען זיך צוריקקערן צום אייבערשטן פון די נידריגסטע פלעצער, אפילו מען איז ווייט פארקראכן - זאל מען קענען צוריקקומען צום אייבערשטן, דורך התבודדות; מען זאל זיך אויסשמועסן מיטן אייבערשטן, זיך אויס'טענה'ן מיט אים, אים דערציילן ווי שווער עס זענען די נסיונות און ווי שטארק מען וויל זיין גוט; דאס ברענגט צוריק דעם מענטש צום אייבערשטן.


נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; גיי אין א ווינקל וואו קיינער איז נישט דארט, און רעד צום אייבערשטן אויף דיין שפראך, דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, אז דו ווילסט תשובה טון. דערצייל אים אלעס, זאלסט גארנישט באהאלטן צוליב בושה. זאג אים וואס דער יצר הרע טוט מיט דיר, ווי ער ווארפט דיך אראפ, וויין צו אים; זאג די ווערטער:


"רבונו של עולם איך האב אזויפיל געזינדיגט אין די עבירה פון פגם הברית הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, איך בין אזוי אראפגעפאלן; יעצט האב איך חרטה, איך וויל תשובה טון, איך וויל זיך אומקערן צו דיר טאטע זיסער. רבונו של עולם, איך שעם זיך זייער פון דיר, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך האב באמת חרטה אויף די שלעכטע מעשים מיינע, זיי מיר מוחל.


אויך בעט איך דיר הייליגער באשעפער, איך בין זייער דערשראקן, איך האב מורא אז איך וועל שוין בלייבן פארווארפן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. איך האב אזא פחד, איך שפיר אז איך ווער גערירט ביים זינען; איך ווייס אז דאס געשעט ווען מען זינדיגט אין די עבירה, אבער יעצט וויל איך זיין גוט, יעצט וויל איך תשובה טון; בעט איך דיר, העלף מיר, זיי מיך מקרב צו דיר, איך גיי שוין זיין גוט".


אזוי זאלסטו זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן כסדר, ביז דו וועסט זוכה זיין צו תשובה שלימה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גוטן חודש.