בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - צאלן דירה געלט, נישט אהיימברענגען בחורים
מוהרא"ש, דירה, שכנים, רענט, בחורים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


דיין לענדלארד האט מיך גערופן אז ער האט א טענה צו מיר, ער האט א טענענט א תלמיד פון ישיבה וואס צאלט שוין נישט קיין רענט א יאר צייט, ער האט א טענה צו מיר אז ווען ער בעט רענט געבט מען אים תירוצים און מען מאכט פון אים פורים; אויך האט ער א טענה אז די שכנים האבן טענות אויף אים אז עס טוט זיך ביי דיר אין שטוב, מען ברענגט דארט בחורים און מען מאכט א גערודער, און עס איז דא דארט ליידיגע דירות, מענטשן ווילן נישט אהינגיין צוליב דעם, און אלעס גייט אויף מיין נאמען.


איך בעט דיר, ערשטנס זאלסטו מער נישט ברענגען בחורים ביי דיר אין שטוב, דו ווייסט אז איך האלט נישט פון דעם, איך האב שוין געבעטן אז דו זאלסט דאס נישט טון. דו ווייסט אז איך האב אסאך געליטן פון דעם, בחורים פון ישיבה האבן פארלוירן די יראת שמים דייקא ביי די מסיבות וכו', אבער יעצט בעט איך דיר אז דאס גייט שוין אויף מיין נאמען, זאלסטו רחמנות האבן אויף מיר, איך האב גענוג אויף מיין קאפ, עס פעלט מיר נישט אויס די צרות.


אויך זאלסטו אים מפייס זיין און אנהייבן צו באצאלן רענט, מוהרא"ש האט אונז געלערנט, די ערשטע זאך דארף א מענטש באצאלן רענט; אנדערע זאכן, ווי עסן און קליידער - קען מען גיין נעמען וואס בלייבט איבער ביי שמחות אדער פון די בית התבשיל, און קליידער קען מען אנטון פון איינקויפן ביי ביליגע געשעפטן, ווי א באזאר; אבער דירה געלט מוז מען צאלן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.