בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - צדקה פאר די ארץ ישראל'דיגע מוסדות
צדקה, מוסדות, ארץ ישראל, רבי נתן, דינער

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד אהרן וועבערמאן נרו יאיר, קרית ברסלב


א גרויסן שכוח פארן שיקן צוועלף טויזנט דאלער קיין ארץ ישראל פאר די מוסדות מען זאל קענען באצאלן די מלמדים אין צייט; איך דאנק דיך זייער פארן מיר העלפן, איך דאנק דיך פארן אראפנעמען פון מיר די שווערע לאסט וואס איך האב צו באצאלן די איינגעשטעלטע פון די ארץ ישראל'דיגע מוסדות אין צייט.


איך וויל וויסן וואס דיינע פלענער זענען מיט מאכן א דינער היי יאר די נאכט פון רבי נתן'ס יארצייט; די יאר געפאלט עשרה בטבת זונטאג פרשת ויחי, לאז מיר וויסן דיינע פלענער, אויב דו האסט א פלאן צו מאכן מוצאי שבת פרשת ויגש א סעודה מיט א דינער פאר די ארץ ישראל'דיגע מוסדות.


גיי אן מיט א שטארקקייט, ביתר שאת וביתר עז. ווארעם אן אנשי שלומינו זיי זאל געבן צדקה פאר די ארץ ישראל'דיגע מוסדות. ברוך השם אז די מוסדות וואקסן און בליען, איך האב אזא נחת פון די חדר, בית פיגא און פון די ישיבה.


איך האב געטראפן ביי א משפחה שמחה איינער פון די גרויסע עסקנים פון קרן הצלה, איך האב זיך זייער באדאנקט פאר אים אז מיר באקומען פון די חלוקה פון די מוסד קרן הצלה. איך האב אים געזאגט אז אין די זכות פון קרן הצלה האבן אונזערע מלמדים באקומען די געהאלט, און געקענט האבן עסן וכו' - יום טוב סוכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.