בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#2 - וואס מיינט שלום בית
שלום בית, מוהרא"ש, רבי נתן, ווייב

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בראשית, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


קריג זיך נישט אין שטוב מיט דיין ווייב, דער הייליגער רבי נתן פלעגט שטענדיג זאגן אז שלום בית איז זייער זייער וויכטיג פאר עבודת השם, ווייל מיט שלום בית האט מען אנדערע מוחין, מיט שלום בית קען מען זוכה זיין צו ריינע מוחין; און פארקערט, אויב מען קריגט זיך אין שטוב - האט מען נישט קיין קאפ וכו' וכו'.


מוהרנ"ת האט דערציילט, ווען ער איז מקורב געווארן צום רבי'ן און ער האט נישט געהאט קיין געלט צו קענען פארן צום רבי'ן, האבן אים חברים צוגערעדט ער זאל פארקויפן זיין ווייב'ס טיכל, אזוי וועט ער האבן געלט צו פארן צום רבי'ן. זיין ווייב'ס טיכל איז געווען ווערד אסאך געלט, עס האט געהאט אריינגענייט אין זיך שיינע בריליאנטן און טייערע שטיינער, אבער רבי נתן האט פארשטאנען אז אויב ער וועט דאס טון וועט דאס ערגער מאכן די מצב אין שטוב און ער האט נישט צוגעהערט צו די חברים, שפעטער האט רבי נתן געדאנקט דעם אייבערשטן אויף דעם וואס ער האט נישט געפאלגט די חברים, ער האט נישט וויי געטון זיין ווייב; ער האט געזאגט: "וואלט איך ווען פארקויפט איר טיכל וואלט געווען נאכדעם א גט און איך וואלט נישט געקענט מקבל זיין פון רבי'ן"; ווייל דעם רבינ'ס ליכטיגקייט קען מען נאר מקבל זיין מיט א ריינעם מח, מיט א הייליגע מח, און דאס גייט נאר אז מען איז אן אדם השלם.


שלום בית מיינט נישט נאכלויפן די ווייב וכו' וכו'; עס שטייט די וואך אין די פרשה (בראשית ג, טז): "וְאֶל אִישֵׁךְ תְּשׁוּקָתֵךְ, וְהוּא יִמְשָׁל בָּךְ", אז די פרוי וועט גליסטן צום מאן און דער מאן וועט געוועלטיגן אויף איר (עיין שם בפרש"י); מוהרא"ש זאגט אז די צוויי זאכן גייען געקניפט און געבינדן, אויב עס איז פארקערט ווי עס שטייט אין פסוק, דער מאן לויפט נאך זיין ווייב וכו' - דעמאלט דרייט זיך אויס דער פסוק אויפן מאן, זי הייבט אן געוועלטיגן אויפן מאן, ווי מער מען לויפט נאך די ווייב וכו' - ווערט דער מאן זייער אראפגעקוקט אין די פרוי'ס אויגן. איך קען נישט צופיל מאריך זיין וכו', מוהרא"ש האט אונז געלערנט אז שלום בית איז נישט וויי טון, נאר רעדן שיין און הארציג, אבער נישט נאכלויפן וכו'.


מארגן וועט זיך צוריק אנהייבן די וועכנטליכע ליל שישי שיעורים, מי יתן אז דו וועסט דאס מיט האלטן, וועסטו באקומען חיזוק אויף זיך פירן אין שטוב מיט סבלנות און ותרנות, און זוכה זיין צו האבן מוחין צו קענען מקבל זיין פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - פארוואס וויינט דער רב?
תפילה והתבודדות, חינוך הילדים, אמונה, עצתו אמונה, תפילה, התבודדות, רבי נתן

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד יואל מנחם גרשון נרו יאיר


בעט דער מעלער ער זאל מאלן א בילד ווי א איד זיצט ביי א טיש פון אפענע ספרים און ער וויינט, און עס רינט אים טרערן פון זיינע באקן, און ווי ביים פענסטער זעט מען ווי איינער קוקט אריין און ער פארוואונדערט זיך.


ווען דער הייליגער רבי נתן איז מקורב געווארן צום רבי'ן, האט אים דער רבי אמאל געשיקט מיט א שליחות ער זאל אריבערגיין צו דער רב, רבי אהרן, דער רב אין ברסלב.


ווען רבי נתן איז געקומען צום רב איז ער אריבער ביים שטוב און ער האט אריינגעקוקט אין פענסטער, האט ער געזען א וואונדערליכע זאך, דער רב זיצט ביי א טיש פול מיט ספרים, און ער וויינט; עס רינען אויף זיינע באקן טרערעלעך...


רבי נתן האט זיך זייער געוואונדערט: 'וואס וויינט יעצט דער רב? ער האלט אינמיטן לערנען, וואס בעט ער יעצט דעם אייבערשטן?' רבי נתן בייגט צו זיינע אויערן, און ער הערט ווי דער רב בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך וויל זיין אן ערליכער איד, הייליגער באשעפער, איך וויל לעבן מיט תכלית, איך וויל אלץ געדענקען פון דיר! איך וויל קיינמאל נישט פארגעסן פון דיר!"


ווען רבי נתן איז צוריקגעקומען צום רבי'ן, האט אים דער רבי געפרעגט: "נתן, וואס האסטו געזען ביים רב?" זאגט רבי נתן: "איך האב געזען דעם רב וויינען", זאגט אים דער הייליגער רבי: "יא יא! טאקע דערפאר האב איך דיך געשיקט צום רב, איך האב דיר געוואלט ווייזן א וועג אין עבודת השם, אז דער וועג צו זיין אן ערליכער איד איז דורך שטענדיג רעדן צום אייבערשטן, און וויינען צו אים ער זאל רחמנות האבן און מיך מקרב זיין צו אים.


טייערע קינדערלעך, לאמיר אלע צוזאמען אנהייבן צו זינגען: "הייליגער באשעפער העלף! איך וויל זיין אן ערליכער איד".


טייערער יואל, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט און זיי ממשיך ארויסצוגעבן די שיינע בריוון, סיי פאר יונגע, סיי פאר אלטע, אז אלע זאלן זיך קענען שטארקן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה.