בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך וויל דו זאלסט האבן גוטע חברים, דו זאלסט אנטלויפן פון שלעכטע חברים מער ווי מען לויפט אוועק פון א פייער, ווייל שלעכטע חברים קענען חרוב מאכן דאס לעבן פון די וועלט און פון יענע וועלט.
צוויי סימנים געב איך דיר צו זען ווער איז א נישט גוטע חבר פאר דיר:
1) הער וואס יענער רעדט, אז יענער רעדט מיאוסע ווערטער אדער כמו מיאוסע ווערטער – זאלסטו אוועק שטיין פון יענעם. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות ניבול פה חלק א, סימן א): "מִי שֶׁמְּדַבֵּר נִבּוּל פֶּה, בְּיָדוּעַ שֶׁלִּבּוֹ חוֹשֵׁב מַחֲשָׁבוֹת אָוֶן", ווער עס רעדט שמוציג איז דאס א סימן אז ער איז א שמוציגער מענטש; געב זיך זייער אכטונג פון בחורים וואס רעדן פון שידוכים וכו'.
2) געב זיך אכטונג פון בחורים וואס זאגן דיר זאלסט נישט פאלגן דיינע עלטערן, פון זיך אוועק רירן פון די וועג פון די עלטערן, חס ושלום, חס וחלילה זיך אוועק ריקן פון די וועג וואס די עלטערן גייען.
זיי שטארק מיטן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), לערן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, זיבן דפים גמרא, זאג דעם יום תהילים און לערן אסאך ספר המידות.
אויך זאלסטו גיין אין גאס מיט די אויגן אראפ און די קאפ און הארץ אויף ארויף, רעד צום אייבערשטן, בעט אים אז דו זאלסט זוכה זיין צו תשובה טון און זיין א צדיק.
איך האב דיך זייער ליב.