בעזרת ה' יתברך - עש"ק פרשת וארא, מברכים החודש, כ"ד טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיינע טייערע חברים, תלמידי היכל הקודש פון בית שמש, ה' עליהם יחיו
מזל טוב צום עפענען דעם נייעם שטיבל אין בית שמש, רמה ד.
איך פריי זיך זייער אז מען עפנט די צווייטע שטיבל היכל הקודש אין בית שמש, דער רבי האט דאס געוואלט (ספורי מעשיות סוף מעשה ב, ממלך וקיסר): "מֶען זָאל מַאכִין אַרוּם דֶער גַאנְצֶער שְׁטָאט קְוַואלִין אַרוּם אוּן אַרוּם. כְּדֵי אַז אֵיינֶער וֶועט וֶועלִין אַ טְרוּנְק טוּן זָאל עֶר נִיט בַּאדַארְפְן אַוֶועק גֵיין אַ טְרוּנְק טוּן. נָאר אִיטְלִיכֶער זָאל גִיפִינֶען אַ קְוַואל לֶעבִּין זִיךְ", מוהרא"ש אין ספר נהרי אפרסמון זאגט: "אלו הם בתי כנסיות ובתי מדרשות", דאס זענען שולן; דער רבי וויל מען זאל עפענען שולן וואו מען קען טרינקען פון די מים חיים, קוואל וואסער; אז א איד דארף אביסל חיזוק - זאל ער האבן וואו אריינצוקומען.
איך זאג ענק וואס מוהרא"ש האט אונז געזאגט ווען מיר האבן געעפנט די שול אין וויליאמסבורג, און די ישיבה, און די מוסדות: "אויב וועט זיין ליבשאפט צווישן אייך - וועט ענק קיינער נישט קענען שלעכטס טון און עס וועט זיין גרויס הצלחה"; דאס זאג איך אייך אויך, אויב וועט זיין ליבשאפט צווישן אייך, קיינער וועט נישט זוכן צו טרעטן אויף א צווייטן, מען וועט קומען אין שול מיט ליבשאפט, מיט שמחה - וועלן ענק זייער מצליח זיין, די שטיבל וועט ארויסגעבן א שיין אויף די גאנצע געגנט, רמה ד אין בית שמש.
איך וועל אם ירצה ה' ממנה זיין גבאים פאר די שטיבל נאך שבת.