בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מארגן פארן מיר קיין אומאן, דאס הארץ בענקט, דאס הארץ גליסט, עס זינגט זיך שוין "צום ציון, צום ציון, איך פאר צום רבינ'ס ציון, דארט וועל איך נישט רוען ביז דער רבי וועט זיך מיען..."
בעט ביי די קרן הדפסה א פעקל ספרים מיט צו נעמען קיין אומאן פאר די מפיצים, נעם א חלק אין הפצה, נעם א חלק אין מזכה זיין נאך אידן מיטן זיי געבן די עצות פון רבי'ן.
היינט הייבן מיר אן א נייע מסכתא, מען הייבט אן סדר קדשים, מסכת זבחים. הייב אן לערנען היינט די הייליגע גמרא, א איד קען מען זיין נאר מיט די הייליגע גמרא, אז מען לערנט די הייליגע גמרא ווערט מען נאנט צום אייבערשטן און מען איז אפגעהיטן פון אלע שלעכטס.
איך וויל דיר בעטן זאלסט מיר העלפן אין אומאן צוריק מאכן די קהילה פאר א משפחה, איך וויל זייער זאלסט קענען אלעמען ביי די נעמען און דו זאלסט יעדן איינעם באגריסן, איך וויל זייער די קהילה זאל בלייבן א משפחה, זאלסט יעדן געבן שלום, צו יעדן רעדן ווייך, קיינעם נישט געבן א שטופ, און אז דו האסט א טיש מיט וועם דו עסט די סעודות און איינער האט זיך דארט אראפגעזעצט - זאלסטו יענעם נישט אוועק שטופן, נישט אויפהייבן, נאר יעדן איינעם ליב האבן.
איך פאר אם ירצה ה' מארגן מיט די טשארטער, דאנערשטאג וועל איך זיין אין ליזענסק ביים הייליגן רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו, אוי דאס הארץ בענקט... און פרייטאג ערב שבת די אונטערשטע שבת פון יאר וועלן מיר זוכה זיין אנצוקומען צום הייליגן רבי'ן אין אומאן, אוי דאס הארץ בענקט... מי יתן לי אבר כיונה...
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.