בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - צוריק מאכן די שלום בית, מער שענער פון אמאל
תפילה והתבודדות, שלום בית, שלום, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהר בחקותי, י"ט אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


פון יעדע פראבלעם איז דא א וועג ארויס, נישטא קיין צרה וואס מען קען נישט ארויסגיין פון דעם; אז ענקער שלום בית איז צעפאלן, עס איז שוין נישטא די אמאליגע ליבשאפט וכו', די וועג ווי אזוי ענק רעדן איז נישט ווי אמאל, מען טוט זיך וויי, מען שרייט וכו'; אויך פון דעם קען מען ארויסגיין.


נעכטן ל"ג בעומר האבן מיר געלערנט דעם הייליגן זוהר (תקוני זוהר תקון ע, דף קלד.), רבי אלעזר פרעגט זיין טאטע: "אַבָּא", טאטע, וואס איז די עצה מיט אן "אִתְּתָא בִּישָׁא"? "אָמַר לֵיהּ", האט רבי שמעון בר יוחאי געזאגט: "בְּרִי", מיין קינד, "שִׁנּוּי מַעֲשֶׂה", מען זאל תשובה טון; אז מען טוט תשובה, מען פאררעכט, מען הייבט אן שיין רעדן, מען זוכט דאס גוטס איינער אין צווייטן – ווערט אלעס גוט.


דערפאר, אז ענק וועלן רעדן שיין, ווייך, וועט צוריק ווערן ענקער שלום בית מער שענער ווי אמאל, איר פון אייער זייט זאלט נישט שרייען אויף אייער מאן, רעדט שיין; און אז אייער מאן טוט אייך וויי, ער זאגט אייך נישט שיינע ווערטער, זאלט איר אים שיינערהייט זאגן ער זאל רעדן שיין, ווייל איר ווערט וויי געטון.


אינדערפרי ווען איר זאגט ברכות השחר, קריאת שמע, אני מאמין, זאלט איר צולייגן א קליינע תפילה, בעטס: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל רעדן שיין צו מיין מאן, איך זאל נישט שרייבן אויף אים, איך זאל אים נישט צעדרוקן, איך זאל גארנישט נעמען פערזענליך.


הייליגער באשעפער העלף מיר, איך הער נישט אויף צו שרייען, געב מיר שטארקע נערווען, געב מיר שטארקע כוחות אז איך זאל נישט ווערן פארלוירן ווען זאכן גייען אנדערש ווי איך וויל, איך זאל נישט נעמען זאכן צום הארצן, און אז מיין מאן ענטפערט נישט די טעלעפאן ווען איך רוף אים זאל איך נישט אנהייבן שרייען, בלאזן, סטראשען וכו'.


אנא ה', איך בעט דיר אייבערשטער געב מיר א שטארקע אמונה, איך זאל שטענדיג געדענקען פון דיר, אז דו פירסט אלעס, דו מאכסט אלעס, נישטא קיין טבע, נישטא קיין פאסירונג, אלעס ביסטו, און דו ביסט אלעס, אמן".


מוהרא"ש האט זייער אסאך גערעדט צו אונז אז א קלוגע פרוי זוכט נישט צו זיין גערעכט, א קלוגע פרוי לאזט איבער די גערעכטיגקייט פארן מאן, און טוט וואס איז קלוג און וואס האלט די שטוב.


מיט די צוויי זאכן, מיט רעדן שיין און מיט התבודדות ותפילה – וועט ענקער שטוב צוריק ווערן אזוי שיין ווי יום החתונה.