בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תש"פ לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך בעט אייך זייער איר זאלט זיך שטארקן און גלייבן אינעם אייבערשטן אז דער אייבערשטער פירט די וועלט און קיין שום זאך איז נישט א פערצופאל, נאר אלעס אלעס פירט זיך מיט א פונקטליכקייט.
ווי קען איך אייך מחזק זיין, ווען איר גייט אריבער אזויפיל פיין און צער פון אייער זון וואס פירט זיך יעצט נישט בדרך התורה? ווער קען פארשטיין די פיין און ווייטאג פון א מאמע'ס הארץ וואס איר קינד פירט זיך נישט בדרך התורה? עס איז נישט דא נאך אזא פיין און ווייטאג אויף די וועלט ווען מען זעט אז עס גייט אריבער א יאר נאך א יאר, מען בעט אזויפיל פאר'ן קינד, מען טוט אלע סארט סגולות און אסאך גוטע מעשים - אלעס לזכות אז דאס קינד זאל זיך צוריקקערן און מען זעט נישט ווי עפעס רירט זיך, ביז מען שפירט ביי זיך אז עס וועט שוין נישט קומען א ישועה.
עס איז זייער שווער, עס איז זייער פארווייטאגט; דאך דארפן מיר זיך שטארקן און גלייבן אינעם אייבערשטן, מיר דארפן חזר'ן די פשוט'ע ווערטער: "מיר ווייסן גארנישט, מיר פארשטייען גארנישט און מיר ווילן נישט פארשטיין; מיר גלייבן אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט מיט א פונקטליכקייט און מיר גלייבן אין תפילה; מיר גלייבן אז יעדע תפילה, יעדע געבעט - גייט ארויף צום אייבערשטן, קיין שום תפילה ווערט נישט פארפאלן, דער אייבערשטער הערט אויס יעדעס ווארט, יעדעס געבעט"; אזוי ווי מיר זאגן יעדן טאג די ברכה: "כִּי אַתָּה שׁוֹמֵעַ תְּפִילַת כָּל פֶּה עַמְּךָ יִשְׂרָאֵל בְּרַחֲמִים, בָּרוּךְ אַתָּה ה' שׁוֹמֵעַ תְּפִלָּה...", דער אייבערשטער הערט אויס יעדעס ווארט פון אידישע קינדער מיט רחמנות.
עס איז מיר זייער שווער צו שרייבן דעם בריוו ווען איך טראכט פון די ווייטאג וואס איר האט; א מאמע וואס האט געטראגן וכו' און געבוירן וכו' און געהאדעוועט אזויפיל יארן א קינד, און פלוצלינג האט דאס קינד אפגעלאזט זיין ווארעמע היים, לעת עתה פירט ער זיך נישט בדרך התורה - ווערט מיר זייער שווער, איך שפיר זייער שלעכט; דאך שרייב איך אייך אפאר ווערטער, ווייל מיר מוזן זיך שטארקן, מיר מוזן אנגיין מיט אונזער לעבן און נאר מיט אמונה קען מען אנגיין ווייטער מיט'ן לעבן, נאר מיט אמונה קען מען זיין שטארק און שטארקן אנדערע.
געבטס א קוק וואס פאר א טייערע דור איר האט אויפגעשטעלט; טייערע קינדער, ליכטיגע אייניקלעך און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט איר נאך האבן נחת פון דעם קינד. און אפילו יעצט זעט מען נישט ווי די תפילות העלפן זאלט איר וויסן אז יעדע תפילה גייט ארויף צום אייבערשטן און עס ווערט פון דעם שיינע זאכן; אייערע אייניקלעך און אור-אייניקלעך און אור-אור-אייניקלעך וועלן זיך קענען האלטן אין דעם ביטערן גלות בזכות די תפילות, סגולות און מעשים טובים וואס איר טוט פאר דעם קינד.
דאס ווייסט איר אז דער רבי האט אונז געזאגט מיר זאלן ברענגען קינדער אויף די וועלט אפילו אין צייטן וואס מען וועט זיך נישט קענען האלטן מיט די תורה, ווייל ווען משיח וועט קומען וועלן אלע אידן תשובה טון, אלע וועלן דינען דעם אייבערשטן; אלע מאמעס וואס האבן געוויינט און געבעטן דעם אייבערשטן אויף זייערע דורות וועלן דעמאלט ווערן פאראייניגט מיט זייער קינד מיט א גאנצע הארץ.
דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אונז און שיקן דעם גואל צדק, ער זאל צוריק ברענגען אלע אידן, אזוי ווי עס שטייט (מלאכי ג, כב-כג): "הִנֵּה אָנֹכִי שֹׁלֵחַ לָכֶם אֵת אֵלִיָּה הַנָּבִיא לִפְנֵי בּוֹא יוֹם ה' הַגָּדוֹל וְהַנּוֹרָא, וְהֵשִׁיב לֵב אָבוֹת עַל בָּנִים וְלֵב בָּנִים עַל אֲבוֹתָם".