בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת ויגש, ט' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך בין יעצט אויפ'ן וועג צוריק פון אומאן; איך האב אסאך געבעטן ביים רבינ'ס ציון פאר דיר. איך האב אלעס דערציילט, פון וויפיל דו האסט זיך געמוטשעט וכו', וכו' און יעצט דערשרעקן דיר די דאקטורים אז דאס קינד וועט זיין נישט געזונט לא עלינו.
מיט תפילה וועלן מיר זען גרויסע וואונדער, תפילה איז וואונדער, תפילה איז היפך פון טבע, עס טוישט די טבע (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רנ).
עס איז גוט דו זאלסט גיין צו קברי צדיקים; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְּחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכָךְ", אפילו ווער עס איז נישט ווערד מען זאל צוהערן זיינע תפילות, ביי קברי צדיקים איז אנדערש, דארט הערט מען צו יעדנ'ס תפילות.
אויך זאלסטו זאגן יעדן טאג שמות הצדיקים, דער רבי זאגט (ספר המידות, אות צדיק, חלק ב', סימן כ): "עַל יְדֵי הַזְכָּרַת שֵׁמוֹת הַצַּדִּיקִים יְכוֹלִים לְהָבִיא שִׁנּוּי בַּמַּעֲשֶׂה בְּרֵאשִׁית, כְּלוֹמַר לְשַׁנּוֹת הַטֶּבַע", שמות הצדיקים איז מהפך די טבע.
אויך זאל דיין ווייב זאגן יעדן טאג שמות הצדיקים און דערנאך זאלט איר זאגן די תפילה:
"יהי רצון מלפניך, עס זאל זיין די ווילן פון דיר באשעפער, אין די זכות פון די הייליגע צדיקים וואס זיי האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, זאלן מיר האבן א געזונטע קינד. די דאקטורים שרעקן אונז אן, זיי זאגן אז מיר גייען האבן א נישט געזונט קינד, בעט איך דיר הייליגער באשעפער, האב אויף אונז רחמנות, געב אונז געזונטע דורות, געזונטע קינדער און אייניקלעך, קינדער צדיקים, קינדער וואס וועלן טון דיין ווילן, לערנען און דאווענען און טון מצוות ומעשים טובים, אמן".