בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך האב זייער הנאה געהאט דיר צו טרעפן אין מירון ל"ג בעומר. איך וואונדער זיך אויף דיר, דו ביסט א קלוג קינד; דו ביסט יונג אבער דו האסט מער שכל פון ערוואקסענע מענטשן, איך פריי זיך זייער אז דו שטארקסט זיך מיט'ן הייליג'ן רבינ'ס עצות, דו רעדסט צום אייבערשטן און לערנסט די הייליגע תורה על פי סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).
בנוגע קומען אויף אומאן אויף ראש השנה, דו ווייסט נישט וואס צו טון, דיינע עלטערן לאזן דיר נישט קומען; איך פארשטיי דיינע עלטערן אז זיי ווילן דיר נישט לאזן קומען אליינס, דו ביסט א יונג קינד, ווי קענסטו פארן אין א פרעמדע לאנד אליינס? פרעג דיינע עלטערן אויב דו קענסט קומען מיט א פארלעסליכער מענטש, איינער פון די גבאים אין בית המדרש; אפשר וועלן זיי מסכים זיין.
אז דו ווילסט קומען קיין אומאן איז דא איין עצה: "תפלה, און נאכאמאל תפלה און נאכאמאל תפלה"; קיין אומאן צום רבי'ן קומט מען נאר אז מען דאוונט אסאך צום אייבערשטן, זארג נישט פון וואו דו וועסט האבן געלט, וויפיל מענטשן האבן געלט און קומען נישט, און וויפיל טויזנטער מענטשן קומען קיין אומאן אן קיין איין פרוטה? מען קומט מיט ווילן, בענקען און האפן; מען קומט מיט בענקשאפט, מיט בעטן און בעטן און בעטן.
הייב שוין אן בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג דו זאלסט זוכה זיין צו זיין אין אומאן ביים רבי'ן אויף ראש השנה; יעדן טאג זאלסטו אוועקגעבן א מינוט צוויי אויף בעטן פאר ראש השנה, וועסטו זען אז דו וועסט זיין אין אומאן די יאר, עס קען אפילו זיין אז דו וועסט מזכה זיין דיין טאטע; דיין טאטע וועט דיר וועלן צופרידן שטעלן וועט ער מיט קומען מיט דיר.
שטארק זיך, זיי פרייליך און זיי ממשיך מיט דיין עבודת הקודש.