בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - קיין גוטס קומט נישט ארויס פון טעקסט גרופס
טעלעפאן, ליצנות, טעקסט, חינוך, פרשת נח

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, א' דראש חודש מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... תחי'


זייער גוט האט איר געטון אז איר זענט אראפ פון די טעקסט גרופ פון ענקער משפחה, הלוואי זאלט איר בכלל נישט האבן קיין טעקסט גרופ; ווייל אפילו מען האט א כשר'ע טעלעפאן – דארף מען נאכאלץ רחמי שמים, ווייל די טעקסט גרופס איז פיל מיט ווערטלעך, און יעדע ווערטל זאגט עפעס; מענטשן כאפן זיך נישט אז א ווערטל טראגט אין זיך א מעסעדזש – אדער לטוב אדער לרע, און עס גייט אריין אינעם מענטש שטילערהייט, און עס קילט אפ די יראת שמים, די תמימות.


די וואך איז די פרשה פון די מבול, נאר נח מיט זיין משפחה זענען געבליבן פון די גאנצע וועלט; היינט איז אויך דא א מבול פון מינות ואפיקורסות מיט ליצנות, און מען דארף זיך באשיצן פון נישט ווערן פארשוועמט מיט די מבול, מען דארף האבן א פארמאכטע שטוב, נישט ארייננעמען אין שטוב קיין מאגעזינען, קיין שום ליין מאטריאל, און זיך אכטונג געבן פון טעקסט מעסעדזשעס גרופס, אפילו פון א משפחה גרופ; ווייל קיין גוטס קומט נישט ארויס פון די גרופס, עס איז פיל מיט ליצנות און קאפ וויי וכו'.


אויך איז דאס א גוטע חינוך פאר די קינדער, ווען זיי וואקסן אויף מיט א מאמע וואס איז נישט איינגעטינקען ראשו ורובו אינעם טעלעפאן.