בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
הדבר הראשון, זיי מיר דן לכף זכות; איך קום נישט אן צו ענטפערן אלע בריוון, עס קומען אן צו מיר אזויפיל בריוו יעדן טאג, איך האב נישט די צייט צו קענען ענטפערן אלע בריוו.
אז דו וועסט צוהערן צו די שיעורים וועסטו על פי רוב באקומען תשובות; די שיעורים ענטהאלטן אין זיך תשובות אויף אלע סארט שאלות, אז מען הערט זיך צו צו דעם באקומט מען תשובות אויף א וואונדערליכן וועג.
בנוגע קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, דו פרעגסט וואס צו טון ווען ביי ענק אין די חסידות איז מען זייער מקפיד מען זאל נישט אוועק פארן פון ענקער רבי; וואס זאל איך דיר זאגן, די בעסטע זאך איז אויב דו קענסט עס באהאלטן, קיינער זאל נישט וויסן וואו דו גייסט און וואו דו פארסט, דעמאלט וועסטו נישט האבן קיין התנגדות.
מאך זיך אליינס א חשבון, שטעל זיך פאר דו דארפסט אריבערגיין א פראצעס, עס ווארט אויף דיר א שווערע געריכט, מען גייט דיר דן זיין אויף תפיסה וכדומה, און דו ווייסט אז עס איז דא א לויער ערגעץ אין א ווייטע מדינה וואס ער זאגט אז ער קען דיר ראטעווען, וואס וואלסטו געטון, וואלסט געפרעגט איינעם א דעה אויב יא פארן אדער נישט פארן? וואלסט בכלל געטראכט פון א צווייטן? דו וואלסט דאך נאר געטראכט פון דיר אליינס, דו וואלסט געכאפט הענט און פיס און געלאפן צום לויער; יעצט פרעג איך דיר, עס קומט ראש השנה, מען גייט אונז אלע משפט'ן, מען גייט אונז משפט'ן מִי יִחְיֶה, מִי יָמוּת, אזוי ווי מען זאגט ביים דאווענען: "בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יִכָּתֵבוּן, וּבְיוֹם צוֹם כִּפּוּר יֵחָתֵמוּן - כַּמָּה יַעַבְרוּן וְכַמָּה יִבָּרֵאוּן, מִי יִחְיֶה וּמִי יָמוּת, מִי בְקִצּוֹ וּמִי לֹא בְקִצּוֹ, מִי בָאֵשׁ, וּמִי בַמַּיִם, מִי בַחֶרֶב, וּמִי בָרָעָב, מִי בָרַעַשׁ, וּמִי בַמַּגֵּפָה", דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תסו) "ווען דער חזן זאגט: 'מִי... וּמִי...' איז מרומז אינעם נוסח אלע צרות און יסורים וואס מען רעכנט נישט אויס אינעם פיוט"; פרעג איך דיר, אז מיר האבן א צדיק פון צוויי הונדערט יאר צוריק וואס האט געהייסן קומען צו אים, וועסטו קוקן אויף אנדערע וואס זיי זאגן?! דער רבי האט געזאגט (שם, סימן תז): "שֶׁיְּכוֹלִין אָז אֲנָשִׁים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה לֹא הָיָה בְּאֶפְשָׁר שֶׁיִּהְיֶה לָהֶם תִּקּוּן בְּשׁוּם אֹפֶן, אַף עַל פִּי כֵן בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה יְכוֹלִין אֲפִילּוּ הֵם לְקַבֵּל תִּקּוּן. אַף עַל פִּי שֶׁבְּכָל הַשָּׁנָה אֲפִילּוּ הוּא בְּעַצְמוֹ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה לֹא הָיָה יָכוֹל לְתַקְּנָם, אֲבָל בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה גַּם הֵם יְכוֹלִים לְקַבֵּל תִּקּוּנִים. כִּי אָמַר שֶׁהוּא עוֹשֶׂה בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה עִנְיָנִים וְתִקּוּנִים מַה שֶּׁבְּכָל הַשָּׁנָה גַּם הוּא אֵינוֹ יָכוֹל לַעֲשׂוֹת", אפילו מענטשן וואס דער רבי קען א גאנץ יאר נישט העלפן, אבער ראש השנה קען ער יעדן איינעם פאררעכטן.
בנוגע העלפן מיט'ן איבערטייטשן די בריוו אויף לשון הקודש; פארבינד זיך מיט האברך ..., דער גבאי אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים, ער איז געשטעלט אויפ'ן איבערטייטשן די בריוו.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.