בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א קינד וואס ווערט שנעל נערוועז און אויפגערעגט
חינוך הילדים, הדרכות, כעס, תפילות פון פרויען

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חיי שרה, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע אייער עלף יעריגער זון וואס ווערט שנעל נערוועז און אויפגערעגט וכו' וכו', די געשוויסטער ווערן פון אים וויי געטון וכו', די בעסטע זאך איז – אים געבן כבוד און אים מאכן פארנומען מיט העלפן, מאכן, טראגן און ברענגען, אזוי וועט ער זיין פארנומען מיט העלפן און נישט האבן קיין צייט זיך צו קריגן.


די קינדער וואס האלטן זיך אין איין קריגן מיט די געשוויסטער – די זענען בדרך כלל גאר קליגע און געלונגענע, די מח ארבעט זיי שנעל און זיי מוזן האבן וואס צו טון, און אז נישט – פארהאנקען זיי זיך כסדר מיט די ארומיגע.


מהיום זאלט איר איבערלאזן זאכן וואס איר אדער אייער מאן קענען ערלעדיגן, און אים דאס געבן צו ערלעדיגן, ווי איינקויפן, טראגן צו משפחה, ברענגען וכו', אויך זאל מען אים לויבן און אויסרימען, דאס וועט אים אויפבויען זייער שטארק, און עס וועט ארויסקומען זיינע טאלאנטן.


זיכער זאלט איר נישט פארגעסן פון די עצה פון תפילה והתבודדות, בפרט ווען עס קומט צו טון די דריי גרויסע הייליגע מצוות וואס מען האט ספעציעל געגעבן פאר פרויען, נדה, חלה און הדלקת הנר, ביי די זמנים דארף מען בעטן פאר די קינדער. וויפיל מען בעט איז ווייניג, ביי די לעכט זאלט איר אויסרעכענען יעדן קינד מיטן נאמען און בעטן פאר יעדן קינד, אזוי אויך ביים אפשיידן חלה לכבוד שבת קודש זאלט איר שטילערהייט שעפשען צום אייבערשטן תפילות פאר די קינדער און אויך ביי די אנדערע מצוה.