בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיינע פראגעס וכו'.
דו פרעגסט ווי לאנג בערך זאל געדויערן א סדר; טייערער ברודער דאס איז נישט אויף וואס מען דארף קוקן, ביי יעדן איינעם גייט עס אנדערש, איינער איז מער א זריז - נעמט אלעס שנעלער, און ביי א צווייטן - נעמט אלעס לענגער; דאס איז נישט אויף וואס מען דארף קוקן, דער עיקר דארף מען זען עס זאל זיין געשמאק מיט א חיות און א טעם.
ווען מען ברענגט אריין די הייליגע יום טוב פסח - דארף מען דאס מאכן מיט ליבשאפט און געשמאק, אז די קינדער זאלן דאס ליב האבן; ווייל אויב די קינדער באקומען די מצוות מיט אנגעצויגנקייט און מיט נערוועזקייט - איז דאס גורם זיי צו דערווייטערן פון אידישקייט.
אלעס וואס דו טוסט; אלע מנהגים, אלעס אלעס - זאל געטון ווערן מיט געשמאק און מיט פרייד, די סדר נאכט, די הגדה, אפגערעדט דאס הכנה פאר פסח, דאס אויסרוימען די חמץ, דאס כשר'ן, דאס בודק חמץ זיין וכו' וכו'; אלעס זאל געטון ווערן מיט געשמאק און מיט טעם, אז די קינדער זאלן ווארטן אויף דעם, זיי זאלן ארויסקוקן און פרעגן: 'ווען קומט שוין פסח? ווען גייט מען שוין כשר'ן? ווען גייט זיין די סדר נאכט', אז נישט לויפן די קינדער אוועק, זיי ווילן נישט הערן פון אידישקייט רחמנא לצלן.
די נסיונות זענען זייער גרויס, די צד הטומאה לאקערט זייער אויף די יוגענט, זיי שטעלן א פנים ווי זיי האבן ליבשאפט, זיי קומען מיט א פנים אז ביי זיי איז דא ווארעמקייט און געפיל, און די יוגענט ווערט צו זיי צוגעשלעפט השם ירחם; דארפן מיר זיך זייער אנשטרענגען אז אין שטוב זאל זיין ווארעם, די קינדער זאלן זען א שיינע שטוב, די קינדער זאלן זען ווי טאטע מאמע לעבן בשלום; אזוי וועלן זיי קיינמאל נישט אוועקגיין פון שטוב, זיי וועלן גיין אין די וועג פון די עלטערן.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.