בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מען קען זיין א מעמבער אויך אן א סמארטפאון
הפצה, צדקה, מוסדות, טעלעפאן

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת במדבר, כ"ו אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


... נרו יאיר


איך פריי זיך זייער אז מיינע תלמידים זענען א חלק פון די הייליגע חבורות ביי כלל ישראל וואס זענען זיך מפקיר צו העלפן אידן, געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר האבן טייערע אינגעלייט אין חברה הצלה, שומרים און שמירה, חברים און חביבים, און אויך דו ביסט א חלק פון די הייליגע ארגאניזאציעס, וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן, בזכות די ארגעניזעישנס, די אינגעלייט וואס לויפן טון חסד פאר א צווייטן איד – וועט משיח קומען.


אבער אויב צו זיין א חלק פון די חבורות מוז מען האבן א סמארטפאון, טעבלעט וכדומה – איז נישט ווערד די גאנצע זאך, ווייל מען קען פארלירן אלעס, אלעס מיינט אלעס; די גאנצע יראת שמים, די אמונה, די שטוב און די חינוך הבנים והבנות.


על כן טייערער ליבער ..., בארעכן זיך וואס דו ווילסט און וואס דיין פלאן איז, מאך נישט די טעות, מאך נישט נאך אנדערע, בלייב ערליך, אזוי וועסטו זיין עכט מעכטיג, עס איז דא צוויי סארט מעכטיג, עס איז דא מעכטיג ביי די קינדער, ביי די קטנות המוחין, און נאכדעם איז דא עכט מעכטיג, מעכטיג אין הימל, מעכטיג מיט יראת שמים.


איך ווייס פון צענדליגער מעמבערס ביי די אויבנדערמאנטע ארגעניזעישנס וואס פאלגן יא די רבנים, און מיטן פשוט'ן טעלעפאן העלפן זיי כלל ישראל; בלייב דו אויך ערליך.


דו ביסט מיין תלמיד, דו ביסט מיר אזוי ווי א קינד, איך בין געווען דיין שדכן, דיר געברענגט א שידוך פון הימל, אזוי טייער און איידל, די הארץ ווערט מיר געלעכערט צו זען ווי מיין גאנצע ארבעט, מיין גאנצע הארעוואניע גיין לטמיון, די סמארטפאון איז אזוי שטארק, עס איז שטערקער פון אלע דרשות; איין קליפ, איין ליצנות, איין סטעטוס – נעמט אוועק מאה תוכחות, הונדערט דרשות; איך ווייס אז די נסיון איז גרויס, בפרט ווען אלע לעלא"ס, אלע וויכטיג מאכערס קומען מיט די גרויסע טעלעפאנס, מען וויל אויך זיין ווי זיי, אבער פארט האסטו טועם געווען פון די אונגארישע וויין, ווי קען מען דיך אפנארן?!


החותם בדמע עיני.