בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר
אפשר זאלסטו נאכאמאל פרובירן אז דיין ווייב'ס טאכטער זאל רעדן מיט איר טאטע; עס איז אזוי ווייטאגליך צו זען ווי קינדער פון צעטיילטע שטיבער רעדן נישט מיט ביידע עלטערן, מען דארף אלס טון אז קינדער זאלן רעדן צו די עלטערן, און וויי און ביטער איז אויב מען טוט פעולות, מען לאזט נישט קינדער רעדן צו טאטע מאמע; ביים סוף געבט זיך אלעס א דריי ארום און די קינדער זענען זיך נוקם.
איך האב יעצט א מעשה מיט א תלמידה ביי אונז אין "בית פיגא", וואס די מאמע האט נישט געלאזט די טאכטער רעדן און טרעפן דעם טאטן, און די טאכטער האט שוין נישט אויסגעהאלטן און זי איז אנטלאפן פון די מאמע, בקיצור א גאנצע מעשה, יעצט וויינט די מאמע; וואס איז דא צו וויינען? זי האט אלעס גורם געווען; ווייל מען קען נישט און מען טאר נישט אפהאלטן א קינד פון רעדן מיט טאטע מאמע.
זיי זיך קובע א שיעור מיט א חברותא, אדער גיי צו א שיעור מיט א קביעות, לערן גמרא אדער הלכה. דאס לעבן איז אינגאנצן אנדערש ווען מען האט א שיעור אין לערנען תורה, ווייל מיטן האבן א שיעור מיט א חברותא, אדער זיצן ביי א שיעור, אפילו נאר פאר א האלבע שעה – ווערט די גאנצע טאג אנדערש, די שטוב ווערט א תורה שטוב, דער טאטע ווערט א תורה'דיגער מענטש, מען ווערט א תורה'דיגער מאן, אלעס ווערט גוט.