בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#5 - תלמידות העלפן אין שולע
לערערין, גט, בית פיגא, חינוך, עלטערן מיט קינדער

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ח' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי', בני ברק


בנוגע נעמען תלמידות זאלן העלפן אין שולע וכו'; נישט אלע תלמידות קען מען איבערגעבן ארבעט וכו', מען דארף אויסוועלן צוישן די תלמידות די קינדער וואס האבן אחריות וכו'; מען קען נישט נעמען קינדער וואס נעמען נישט ערנסט זייער ארבעט.


ובנוגע וכו'; די מיידלעך וואס ווערן לערערינס - בלייבט די צוגאנג צו זיי ווי צו תלמידות נישט ווי צו לערערינס.


איך האב געהערט די מעשה מיט ... תחי'; דאס איז די ענדע ביי אלע קינדער וואס מען לאזט זיי נישט זען זייערע עלטערן, און אז עלטערן זענען גע'גט און די קינדער זענען ביי די מאמע און די מאמע לאזט נישט די קינדער זען די טאטע - וועלן זיי ביים סוף אנטלויפן פון די מאמע, בדוק ומנוסה, עס איז א רשעות און אן אכזריות צוריק צו האלטן קינדער פון זייערע עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - מאך נישט דעם בחור פאר א מחוצף
חינוך הילדים, בחור, ווייב, חיזוק, עלטערן מיט קינדער

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן א בריוו פון דיין ווייב, זי שרייבט אז זי האט נישט די כוחות מער צו אויפוועקן ענקער בחור, עס נעמט איר יעדן טאג צוויי שעה אים צו וועקן, זי שרייבט אז זי פאלט פון אירע כוחות.


איך בעט דיר זייער, זיי מחזק דיין ווייב זי זאל קוקן גוט אויף אים, און זי זאל וויסן אז אזוי איז ביי רוב שטיבער, עס נעמט שעות צו וועקן די בחורים; און מען ווערט נישט אויס גוט קינד, און מען ווערט נישט שלעכט - אז מען קומט נישט ארויס פון בעט, און ווי שענער ענק וועלן קוקן אויף אים - וועט ער האבן א מוט און כח אויפצושטיין.


איך בעט דיר זייער, מאכט נישט קיין חרבנות, צוקריגט ענק נישט מיט אים, א שאד אים צו פארלירן, פרובירט אים צו לייגן שלאפן און פרובירט אים צו וועקן, און אז עס גייט - איז גוט, און אז נישט - איז אויך גוט, און חס ושלום נישט ווערן מיט אים צוקריגט, אז ער זאל אנהייבן רעדן מיט חוצפה, חס ושלום זיך צו צוקריגן וועגן די זאכן.


מען דארף מיט חכמה וויסן יעדן קינד ווי אזוי מען קען אים אויפבויען און מיט וועלכע שפראך צו רעדן צו אים, און חס ושלום זיך צורייבן און בידים אים מאכן פאר א מחוצף; ווייל אין רוב פעלער ווען קינדער הייבן אן רעדן מיט חוצפה - איז דאס ווייל מען מאכט זיי מיט די אייגענע הענט פאר מחוצפים.


איך דארף מקצר זיין, א גוט שבת.

#3 - מען קען נישט און מען טאר נישט צוריקהאלטן א קינד פון ביידע עלטערן
קינדער, לימוד התורה, גט, שיעור, עלטערן מיט קינדער

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת נח, ד' מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר


אפשר זאלסטו נאכאמאל פרובירן אז דיין ווייב'ס טאכטער זאל רעדן מיט איר טאטע; עס איז אזוי ווייטאגליך צו זען ווי קינדער פון צעטיילטע שטיבער רעדן נישט מיט ביידע עלטערן, מען דארף אלס טון אז קינדער זאלן רעדן צו די עלטערן, און וויי און ביטער איז אויב מען טוט פעולות, מען לאזט נישט קינדער רעדן צו טאטע מאמע; ביים סוף געבט זיך אלעס א דריי ארום און די קינדער זענען זיך נוקם.


איך האב יעצט א מעשה מיט א תלמידה ביי אונז אין "בית פיגא", וואס די מאמע האט נישט געלאזט די טאכטער רעדן און טרעפן דעם טאטן, און די טאכטער האט שוין נישט אויסגעהאלטן און זי איז אנטלאפן פון די מאמע, בקיצור א גאנצע מעשה, יעצט וויינט די מאמע; וואס איז דא צו וויינען? זי האט אלעס גורם געווען; ווייל מען קען נישט און מען טאר נישט אפהאלטן א קינד פון רעדן מיט טאטע מאמע.


זיי זיך קובע א שיעור מיט א חברותא, אדער גיי צו א שיעור מיט א קביעות, לערן גמרא אדער הלכה. דאס לעבן איז אינגאנצן אנדערש ווען מען האט א שיעור אין לערנען תורה, ווייל מיטן האבן א שיעור מיט א חברותא, אדער זיצן ביי א שיעור, אפילו נאר פאר א האלבע שעה – ווערט די גאנצע טאג אנדערש, די שטוב ווערט א תורה שטוב, דער טאטע ווערט א תורה'דיגער מענטש, מען ווערט א תורה'דיגער מאן, אלעס ווערט גוט.

#2 - ווי אזוי האנדלט מען מיט טינעידזש קינדער?
תודה והודאה, חינוך הילדים, סבלנות, נחת, עלטערן מיט קינדער

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, כ"ד תשרי, אסרו חג, שנת תשפ"ז לפרט קטן


... נרו יאיר וזוגתו תחי'


איך האב ענק שוין אזויפיל מאל געזאגט אז ענקער קינד איז טייער און אזוי גייט ביי זייער אסאך קינדער, ווען מען קומט אין די יארן פון דרייצן פערצן – הייבט מען אן ווערן אנדערש ווי ביז אהער, און אז די עלטערן האבן שכל און סבלנות, זיי זוכן נאר דאס גוטס אין זיי, און זעען נאר גוטס – גייט אריבער די פאר יאר, און די קינדער בלייבן וואויל און ערליך.


איך האב דיר שוין געזאגט כמה פעמים, אז דו וועסט ליב האבן דיין קינד, דו וועסט האלטן פון דיין קינד – וועסטו זען וואונדער; ווי דאס קינד הייבט אן מער און מער צו שיינען און לייכטן, ווייל קינדער שפירן און ווייסן פינקטליך וואס טאטע מאמע האלטן פון זיי און טראכטן פון זיי, און אפילו דו וועסט זיין טויזנט מייל ווייט פון דיין קינד, וועט דיין קינד דאס שפירן, און אדרבה, פרוביר דאס אויס, וועסטו זיך אליינס איבערצייגן; הייב אן תשובה טון, הייב אן קוקן גוט אויף דיינע קינדער, און אז זיי זאגן אז זיי ווילן זיין מער קיל, מער אפע"ן מיינדע"ט – זאלסטו שמייכלען און זיי ווייטער ליב האבן, און געדענק דיינע קינדער יארן, און געדענק אז דאס זענען טי"ן עידזשער"ס; מאך נישט קיין עסק פון דעם, מאך אן עסק פון תודה והודאה, אז די קינדער זענען געזונט, און אז זיי ווערן מחונך אין ערליכע בתי חינוך.


אהובי אחי, מאך נישט קיין טעותים, מאך נישט שלעכט, שטופ נישט אוועק מיט די אייגענע הענט דיינע ליבע קינדער, קוק נאר גוט, רעד נאר קאמפלימענטס – וועסטו האבן ערליכע אידישע נחת.


איינמאל א טאג זאלסטו זיך באהאלטן אדער אין פעלד, אדער אין דיין קאר, פאָר ערגעץ אין א שטילע גאס, און בעט פאר די קינדער זיי זאלן אלע זיין פרומע ערליכע אידן וואס היטן תורה ומצוות, און אין שטוב זאלסטו נאר טאנצן און זינגען.

#1 - אויסהערן די מחשבות פון פחדים פונעם קינד
פחדים, מחשבות, נערווען, חינוך, עלטערן מיט קינדער

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת האזינו - שבת תשובה, ז' תשרי, שנת תשפ"ז לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע די פחדים וואס האט זיך אריינגעכאפט אין אייער קינד; עס איז זייער וויכטיג אז איר אלס מאמע זאלט יעדן טאג רעדן מיט אים ער זאל דערציילן אלע מחשבות, אזוי וועט עס אים ווערן גרינגער, ביז עס וועט ארויסגיין אינגאנצן.


עס איז זייער וויכטיג אז איר זאלט אויסהערן זיינע מחשבות פון פחדים, און אים בארואיגן אז די סארט מחשבות פון פחדים וכדומה - דאס איז וואס אסאך האבן, און עס איז גארנישט; עס וועט אוועק גיין. ווייל דער פחד אליינס איז איין שוועריקייט, מיט דעם וואלט מען נאך געקענט אנגיין, אבער די צווייטע חלק, וואס הייבט אן פייניגן דעם מענטש: 'וואס איז מיט מיר געשען אז איך האב פחדים, איך בין נארמאל? איך בין משוגע? וועל איך איין טאג ווערן אינגאנצן משוגע? איך בין א נערווען קראנקער מענטש'; די סארט מחשבות זענען זייער שרעקליך, די מחשבות לייגט צוגרונד דעם מענטש, דעריבער איז זייער וויכטיג איר זאלט אים אויסהערן און בארואיגן.


איך האב אים אויך געזאגט אז ער זאל קומען צו מיר און דערציילן אלע מחשבות פון פחדים וכו', ווייל דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (צעטל קטן, סעיף יג), אז דאס דערציילן די שלעכטע מחשבות (נערווען מחשבות) פאר א נאנטער חבר - האט א סגולה אז עס גייט אוועק פונעם מענטש.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז איר מיט אלע אייערע קינדער זאלן זיין געזונט און שטארק פיזיש און גייסטיש, און האבן א זיסע יאר מיט אלעס גוטס.