בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא א', ראש חודש סיון, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
מיינע עלטערן האבן מיך גערופן זיך באדאנקען פאר דעם וואס די בחורים פון אונזער ישיבה פון ארץ ישראל האבן געהאלפן אין מירון אנגרייטן די עסן פאר די פולע געסט וואס זענען געקומען צו די הילולת רבי שמעון בר יוחאי, ספעציעל האבן זיי מיר איבערגעגעבן א גריס פון דיין זון ... נרו יאיר, ווי איידל ער האט זיך אויפגעפירט, און ווי ער האט אזוי שיין געהאלפן מיט אזא דרך ארץ. אמאל איז דא איינער וואס העלפט און בשעת'ן העלפן בריקעט ער, מען כאפט פון אים וכו', און מען קען גארנישט זאגן ווייל ער העלפט און מאכט, און אמאל איז דא וואס זענען נישט איידל און מען זאגט גארנישט ווייל מען דארף צו זיי צוקומען, ברוך השם די בחורים פון אונזער ישיבה, ספעציעל דיין זון נרו יאיר - זענען פול מיט דרך ארץ, פול מיט יראת שמים און מידות טובות, זיי האבן אזוי שיין געהאלפן מיט גרויס דרך ארץ.
איך וויל דיך מחזק זיין, ליבער ברודער, הארציגער חבר, שטארק זיך; מען מוז זיך שטארקן, מען קען נישט אן חיזוק, יעדער דארף חיזוק, אויך די גרויסע צדיקים דארפן חיזוק. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קכו), מיר געפינען אין הייליגן זוהר, דער הייליגער תנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי, יעדע מאל די תלמידים האבן אים אויסגעלויבט אז עס האט געלוינט צו קומען אויף די וועלט צו הערן די שיינע חידושים וואס ער האט זיי מגלה געווען, גלייך געפינען מיר: "פתח ואמר", רבי שמעון בר יוחאי האט אנגעהויבן זאגן נייע תורות, מגלה זיין נייע סודות; ווייל אויך אויף די גרויסע צדיקים איז איבער געגאנגען וואס איז איבער געגאנגען, און נאר וויבאלד זיי האבן זיך געשטארקט זענען זיי צוגעקומען צו וואס זיי זענען צוגעקומען, און אז דער סמ"ך מ"ם רעדט דיר איין אז דו ביסט שוין א פארפאלענער, פון דיר וועט שוין גארנישט זיין - זאלסטו אים נישט אויסהערן, דערמאן זיך אין די הייליגע צדיקים, זיי האט מען אויך איינגערעדט אז זיי זענען שוין פארפאלן וכו', זיי האט מען אויך געוואלט צעברעכן.
דער רבי האט דערציילט (שם חלק ב, סימן מח), דעם הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט מען אמאל מודיע געווען אז ער האט אלעס פארלוירן, ער האט פארלוירן זיין גאנצע עולם הבא, און דער הייליגער בעל שם טוב האט זיך זייער געדארפט שטארקן, ער האט דעמאלט געזאגט: "איך וועל ווייטער דינען דעם אייבערשטן אן קיין עולם הבא", און אמאל האט ער געהערט א כרוז פון הימל ביים אנצינדן די לילקע ציבעך פון א לעכט געמאכט פון חלב אז ער האט אלעס פארלוירן, האט ער גלייך געזאגט אז ער וועט נאר אזוי טון (עיין חיי מוהר"ן, סימן תקנב); דער רבי האט אונז דערציילט די מעשיות אריינצוברענגען אין אונז אז מיר זאלן נישט ווערן צעבראכן פון קיין שום זאך, און אפילו מען וועט הערן א כרוז פון הימל אז מען איז שוין פארפאלן, מען איז דערנאך - זאל מען זיך נישט צו טון מאכן פון דעם, מען זאל בלייבן ווייטער דינען דעם אייבערשטן מיט ליבשאפט און הכנעה, וועט אים שטענדיג גוט זיין, בזה ובבא.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א גוטן חודש.