בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מען קען נישט נעמען א בעזעם און אויסקערן די טונקלקייט
אמונה, התחזקות, פרנסה, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת נח, כ"ו תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


ווען עס איז טונקל און מען וויל מאכן ליכטיג, פארשטייסטו אז מען קען נישט נעמען א בעזעם און אויסקערן די טונקלקייט, מען קען נישט נעמען א פע"ן און ארויסבלאזן די טונקלקייט; איין עצה איז דא, אנצינדן ליכטלעך, נאר אזוי ווערט אויס טונקל, די זעלבע איז מיט שלעכטע מחשבות וכו', ספיקות וכו'; מען קען זיך נישט קריגן מיט שלעכטע מחשבות, מען קען נישט אויפהערן טראכטן די שרעקעדיגע זאכן וכו'. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן עב), דאס איז די טבע פון שלעכטע מחשבות, ווי שטארק מען וויל דאס פארטרייבן - אלס שטערקער קומען זיי צוריק, איין עצה איז דא, אנצינדן ליכטלעך פון אמונה, טראכטן פונעם אייבערשטן.


ווען מען חזר'ט אמונה ווערט ליכטיג. יחזקאל הנביא דערציילט (יחזקאל מג, ב): "וְהִנֵּה כְּבוֹד אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל בָּא מִדֶּרֶךְ הַקָּדִים, וְקוֹלוֹ כְּקוֹל מַיִם רַבִּים", ער האט געזען כביכול דעם אייבערשטן קומען אין די עזרה, "וְהָאָרֶץ הֵאִירָה מִכְּבֹדוֹ", און פלוצלונג איז די גאנצע וועלט ליכטיג געווארן; חזר'ן אמונה - דאס איז די עצה פטור צו ווערן פון אלע שלעכטע מחשבות.


"שוין גענוג נאכגעלאפן די בהמות" (עיין סיפורי מעשיות מעשה יא, מבן מלך ובן שפחה שנתחלפו) אנשטאט זיך פייניגן מיט מחשבות וכו', ספיקות ובלבולים וכו' - זאלסטו ארייננעמען אין זיך די אמונה, און אז אלעס איז דער אייבערשטער; וועט דיר ליכטיג ווערן.


היינט וועט זיין א פרויען צאמקום, (בדרך כלל איז דאס יעדע וואך מאנטאג), זע דיין ווייב זאל קומען; דו וועסט דאס מערסטע הנאה האבן, זי וועט אהיים קומען אויפגעפרישט און פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.