בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת ויקרא-זכור, ט' אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
נישט נאר א מלמד קען אויפבויען קינדער, יעדער וואס ארבעט אין א מוסד קען אויפשטעלן אידישע דורות.
דו ביסט א סגן מנהל, דו דרייסט זיך צווישן קינדער; זאלסטו געדענקען אז דו טראגסט א גרויסע אחריות, אז דו זעסט א קינד מיט אן אראפגעלאזטע מוט - זאלסטו אים גרוסן, געבן א שמייכל, פרעגן "וואס מאכסטו?" געבן א גלעט און א גוט ווארט; מען האט נישט קיין השגה וואס איין גוט ווארט טוט אויף, מען האט נישט קיין השגה די שטארקייט פון איין גוט ווארט.
בפרט ווען דו ארבעטסט אין א מוסד וואס מען לייגט נישט קיין דגוש אויף דעם, מען מאכט נישט קיין גרויסע עסק פון קינדער וואס די נאז רינט זיי, נעבעכדיגע וכדומה; זאלסטו אגאנצן צייט טראכטן נאר פון דעם, פון אויפבויען קינדער, שמייכלען און געבן גוטע ווערטער.