בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - קריג דיך נישט מיט דיין ווייב
תפילה והתבודדות, שלום בית, שטעטל, מנין

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך בעט דיר זייער זאלסט האלטן טייער דיין ווייב תחי'; קריג זיך נישט מיט איר. זי שרייבט מיר אז דו קריגסט זיך מיט איר אסאך, איך בעט דיר טייערער חבר, הארציגער ברודער, בעט זיך איבער מיט דיין ווייב, זאג איר צו אז דו וועסט איר שעצן און ליב האבן. פיר זיך אויף ווי א תלמיד היכל הקודש וועסטו זען א גרויסע נס, דו וועסט טרעפן א גרינגע פרנסה.


ווער עס איז מכבד די ווייב האט ברייט פרנסה און גרויס עשירות, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סט): "כִּי עִקַּר הָעֲשִׁירוּת עַל יְדֵי הָאִשָּׁה", די גאנצע געלט קומט בזכות די ווייב.


אויך זאלסטו אנהייבן דאווענען שחרית, מנחה און מעריב וואס דאס האלט א איד ביים אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח): אויף דעם וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות נד.): עוג מלך הבשן האט געזאגט: "מַחֲנֵה יִשְׂרָאֵל כַּמָה הַוֵי? תְּלָתָא פַּרְסֵי", און ער איז געגאנגען און אויסגעריסן א בארג פון דריי פרסה, ער האט דאס געוואלט ווארפן אויף די אידן. האט דער אייבערשטער געמאכט א נס אז עס זענען געקומען קליינע ווערעמלעך און געלעכערט דעם בארג ביז דער בארג איז אים אריין געפאלן אויפן האלז און אים דערשטיקט, נאכדעם איז געקומען משה רבינו, ער האט געגעבן א שפרינג און אים דערלאנגט א קלאפ אויף זיין פיס און אים גע'הרג'עט.


זאגט דער רבי, אז 'עוג מלך הבשן' דאס איז דער 'יצר הרע' וואס ער האט פיינט יעדן איד און וויל אים הרג'נען. ווען ער זעט אז א איד האלט זיך אין מחנה ישראל דורך די 'ג' פרסה', דאס הייסט זיינע דריי תפילות, נעמט ער זיך איבער אים און זאגט: 'איך וועל אויסרייסן פון אים די דריי תפילות, אזוי וועל איך אים ארויסנעמען פון מחנה ישראל'.


איך בין נעכטן נאכט געווען אין שטעטל און געגעבן א שיעור התחזקות; איך האב דיר געוואלט טרעפן און רעדן צו דיר פנים אל פנים, איך האף אז ביי דעם קומענדיגן שיעור וועל איך דיך טרעפן.


פון דיין ראש ישיבה וואס האט דיר ליב.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.