בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת בא, כ"ח טבת, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מרת ... תחי'
עס איז זייער גוט איר זאלט צאמנעמען יעדע ראש חודש די פרויען, מאכן א ראש חודש סעודה, און געבן די געלעגנהייט פאר יעדע פרוי צו זאגן וואס מען קען בעסער מאכן אין אפיס, וואס מען קען זיך גרינגער מאכן.
עס איז א פאסיגע צייט דאס צו מאכן ראש חודש, ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פרקי דרבי אליעזר פרק מה), ראש חודש איז א יום טוב פאר פרויען, די יום טוב האט מען זיי געגעבן פארן זיין שטארק אין אמונת חכמים, נישט וועלן אפלאזן משה רבינו, נישט גיין מיט די ערב רב וואס האבן געהעצט קעגן משה רבינו; זאלן ענק זיך צאמזעצן, אלע געטרייע ארבעטערס אין די אפיס פון די מוסד, און דאנקען דעם אייבערשטן אז ענק האבן אזא הייליגע ארבעט, ענק בויען די משכן, די בית המקדש.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש הגדול ויקהל לה, כב), די פרויען האבן ערשט געברענגט די געלט צו בויען די משכן, פאר די מענער, און דעריבער האבן זיי זוכה געווען אריינצוגיין קיין ארץ ישראל, און די מענער זענען נישט אריין אין ארץ ישראל, ווייל פרויען האבן א שטערקערע אמונת חכמים.
אויך ביי די חטא פון די מרגלים, ווען אלע האבן געוויינט אז מען גייט גיין קיין ארץ ישראל, און דער אייבערשטער האט געמאכט די גזירה אז אלע וואס האבן געוויינט זענען נישט אריין אין ארץ ישראל, איז די גזירה געווען נאר אויף די מענער, אזוי ווי עס שטייט (במדבר כו, סה): "כִּי אָמַר ה' לָהֶם, מוֹת יָמֻתוּ בַּמִּדְבָּר, וְלֹא נוֹתַר מֵהֶם אִישׁ, כִּי אִם כָּלֵב בֶּן יְפֻנֶּה וִיהוֹשֻׁעַ בִּן נוּן", שטייט איש, עס שטייט נישט אשה (במדבר רבה כא, י).
שטארקט זיך און שטארקט אלע ארבעטערס, זאגט אלע אז אלע תורה, תפילה, קדושה, יראת שמים וואס גייען ארויס פון די הייליגע מוסדות פון די הבל פיהם של תינוקות של בית רבן שלא טעמו טעם חטא - אלע וואס העלפן וועלן האבן די שכר.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.